אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 06, 2020 3:10 am

בת קול האט געשריבן:איך וויל ארויס ברענגען לשבח די וויץ וואס זיי האבן געמאכט:
"אז מען האט 6 קינדער וויל מען נישט האבן מער..."
עס נעמט גאטס צו מאכן אזא וויץ אין פארנט פון אזא ריזן אידישן אודיענץ.
כה לחי!
בייגעלייגטע פיילס
20200506_030944.png
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 06, 2020 8:34 am

אין די סאמע זעלבע צייט וואס מ'פראקט אזוי אריין די צוויי חשובע און טאלאנטפולע יונגעלייט, דארף גלייכצייטיג אויך ארויסגעברענגט ווערן אן הכרת הטוב פאר זייער נאבעלע און גוטע טאהטן אין די דאזיגע טעג.

מענטשן דרייען זיך ארום מאסקירט ביז צו די אויגן, מ'איז און אינגאנצן דערשראקן, דער אויסקוק אויפן צוקונפט איז פארנעפלט. מאמעס זיצן אינדערהיים פארשלאסן מיט אלע קינדער אויפן קאפ. די געזיכטער זענען פארכמורעט און די הערצער זענען קאלעמוטנע. קומען צו גיין אט די צוויי ליכטיגע ווייסע מלאכים, און שניידן עטוואס דורך די שווארצע כמארעס מיטן אריינשיינען א שטראל פון פרייד אין אידישע הערצער. מיט זייער אייגנגארטיגע הומעריסטישע טאלאנטען ברענגן ארויף א שמייכל אויף די לעפצן, א זאך וואס פעלט זיך אזוי שטארק אויס אין די דאזיגע טריבע טעג וואס מיר גייען אצינד דורך.
טייערע רבי יעקב יוסף און טייערע רבי וועלוול, וואויל איז ענקער חלק אויף דער וועלט, און וואויל איז ענקער חלק אויף יענע וועלט!

עס איז היינט ליידער א וועלט פון אנגעבליכע פאליטישע-ריכטיקייט. מ'ברענגט אונטער און מ'רייסט ארונטער מענטשן, בלויז צוליב דעם וואס זיי טוען אנגעבליך פארלעצן פאליטישע-ריכטיקייט. אויב ווילט איר עמיצן אונטערברענגען? דארפט איר נישט טאן מער ווי אים צו באשולדיגען מיט ראסיזם, און זיין בלוט ווערט אוטומאטיש הפקר פאר יעדן שמויגער. דאס איז צום באדויערן א וועלטס ארדענונג וואס ס'איז ארויפגעצווינגן געווארן אויף אונז דורך די לינקע. מ'נעמט זאצן וועלכע איז געזאגט געווארן אין הומער, און מ'נוצט עס אויס צו פארדרייען דאס קאפ פאר די מענטשהייט!

דער נביא מלאכי זאגט: הלוא אח עשו ליעקב נאם השם ואהב את יעקב: ואת עשו שנאתי ואשים את הריו שממה ואת נחלתו לתנות מדבר.
אמער, עשיו איז דאך א ברודער פאר יעקב זאגט ג-ט, און כ'האב ליב יעקב. דאקעגן עשיו האס איך! כ'וועל מאכן זיינע בערג וויסט און זיין ארבטייל צו א שלענג וואוינונג!

עקלערט אונז רבי מאיר לייביש ז''ל פשט אין דעם פסוק ווי פאלגענד:
ג-ט זאגט: עשיו איז דאך א ברודער מיט יעקב, זיי שטאמען דאך ביידע פון אברהם און פון יצחק, און יעקב האב איך ליב. קען מען דאך מיינען אז כ'האב נישט ליב עשיו בלויז צוליב זיינע נישט גוטע טעטיקייטן, און דאס אז כ'האב ליב זיינע עלטערן, און אז ער איז א ברודער מיט יעקב וועם איך גלייך, איז נישט גענוג אז כ'זאל אים גלייכן. דאן וואלט איך ווען נישט געדארפט פיינט האבן עשיו, צוליב דאס ליבשאפט וואס כ'האב צו זיינע עלטערן. נישט ליב האבן עשיו צוליב זיינע טעטיקייטן, אבער אויך נישט פיינט האבן צוליב די ליבשאפט צו זיינע עלטערן. דאס וואלט ווען באדייט אז איך האב ליב יעקב בלויז צוליב זיינע גוטע טעטיקייטן, דאן פאלט דאך אוועק די אהבת אבות וואס עשיו איז א גלייכער שותף מיט יעקב, דערפאר האב איך פיינט עשיו צוליב זיינע טעטיקייטן, אזש כ'וועל פאר וויסטן זיינע בערג און פארוואנדלן זיין ארבטייל צו א שלענג וואוינונג.

וואס מען קען פון דעם ארויסנעמען איז, אז ס'איז פארהאן אן אונטערשיד צווישן נישט ליב האבן איינעם, און פיינט האבן איינעם.

דער אלגעמיינער איד האט נישט ליב דעם אלגעמיינער גוי! אבער ער האט אים אויך נישט פיינט! וואזשע דען? אדם נידן לפי מעשיו. אז א מענטש פירט זיך גוט און ארענטליך טאר מען אים נישט פיינט האבן און זיכער נישט דיסקרימענירן קעגן אים, (דאס איז עכטע ראסיזם) אפגעזען א איד צי א גוי, א קריסט צי אן אראבער, א שווארצער צי א ווייסער, א מאן צי א פרוי. אבער ליב האבן? פארוואס? כ'האב אים נישט ליב! ואת עשו שנאתי! דאקעגן פיינט האבן א מענטש בלויז צוליב זיין ראסע אדער גלויבן, איז באשיינפערליך פון די געמיינסטע זיטן וואס ס'איז נאר פארהאן.

דאס איז בלויז מיין מיינונג און קיינער דארף נישט זיין איינשטימען.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2119 מאל

הודעהדורך מצפצף » מיטוואך מאי 06, 2020 10:37 am

זאגן פאר א גוי 'שטארב שטארב שטארב' גייט אריין אין כלל פון "נישט ליב האבן
און נישט פיינט האבן" ?
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 06, 2020 10:39 am

מצפצף האט געשריבן:זאגן פאר א גוי 'שטארב שטארב שטארב' גייט אריין אין כלל פון "נישט ליב האבן
און נישט פיינט האבן" ?


דו האלסט פאר א סקונדע אז ער האט עס ערענסט געמיינט? ער איז קאמידיאנט...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2119 מאל

Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך מאי 06, 2020 11:04 am

לשיטת הגרמ"פ והדב"י איז מיר שווער ווי אזוי מיר קענען בכלל מקבל זיין גרים, א גר ווי באקאנט מוז מקבל זיין אויף זיך צו האלטן כל התורה כולה, און טאמער האט ער פיינט יעדע איד מצד 'ההלכה בידוע', איז ער דאך נישט מקיים דעם לא תשנא את אחיך (ויש ליישב בדוחק דגרותו ותום שנאתו באין כאחד, אבל אכתי קשה היאך מקבל בעצמו בעודו בגיותו לא לשנא בשעה שההלכה מחייבתו לשנא).

עכ"פ איז זיכער נישט מסתבר אז מ'איז מקבל שונאים פאר גרים.

און דאס וואס די צוויי גאונים האבן זיך אזוי אויסגעדרוקט איז פשוט אז דאס איז א תוצאה פון די ביטערע קריג ווען מען האט געזען אין אייראפע ווי אסאך נישט אידישע שכנים און ידידים מיט וועם מען האט גוט געלעבט אלע יארן האבן בימי הזעם ארויסגעוויזען זייערע אמת'ע קאלירן און דאס האט זיי געמאכט פארלירן צוטרוי אינעם נישט אידישן מענטשהייט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 06, 2020 11:18 am

סאנטיאגא האט געשריבן:נאנאנא... ער איז יא גערעכט, ס'איז אלעס די פארדרעקטע פונדעמענטעליזם

דאס איז אלץ גוט ביז דו געפינסט אויס אז אפילו די גרעסטע פונדאמענטאליסטן האבן זיך אויך זייערע זאכן וואס זיי זאגן אז ס'מיינט נישט פונקט, וויאזוי מאכן זיי אפ וואס איז כפשוטו און וואס איז העכערע זאכן אדער א משל? נאר וואס דען, קודם מאכט מען אפ וואס מ'וויל האלטן, די פשטים קומען שוין נאכדעם. פאר נאך איבער דעם קוק דא און דא.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך מאי 06, 2020 7:40 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:זאגן פאר א גוי 'שטארב שטארב שטארב' גייט אריין אין כלל פון "נישט ליב האבן
און נישט פיינט האבן" ?


דו האלסט פאר א סקונדע אז ער האט עס ערענסט געמיינט? ער איז קאמידיאנט...


אויב וואלטן זיי נישט געווען פאליטיש קארעקט ווען ס'קומט צו "אונזער סיסטעם" דאן וואלטן זיי ריכטיג געקענט ניצן דעם תירוץ ביי דעם אויך...
ליב צו וויסן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

הודעהדורך גמליאל » מיטוואך מאי 06, 2020 11:04 pm

עס איז געווען אן אנקעטע אויף טעלעגראם איבער די נושא, כאטש די נומערן זענען זייער שלעכט, איז עס דאך בעסער ווי כ׳האב מיר פארגעשטעלט.
בילד
גמליאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:00 am

כאטשיג האבן ווייניג געהאלטן אז עס איז א מצוה...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 498 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:20 pm

איימסארי @קאך_לעפל האלב שטותים האלב אירעלעווענס.

יעצט איז נישט די צייט פארדעם, נישט יעדעס מאל איינער שטייט אויס בעקלעש דארף מען אנהייבן קוקן אויף יענעמס גאנצע טרעק רעקארד, קאם אן! יעדער דא ווייסט פון די צוויי, האט שוין געלאכט א גוטס פון די צוויי, און וויל ווייטער הנאה האבן פון די צוויי, באט יעצט דארף מען דאס אראפרייסן דעם ספעציפישן ראסיסטישן אקט עד הסוף! ביז ווילאנג זיי וועלן ארויסלייגן אן אפיציעלע סטעיטמענט מיט אן apology

וואנס עגעין איך קען נישט יעקב יוסף פערזענליך באט איך ווייס ער וואוינט אין שטעטל און ער איז א פרא אלל די וועי, איך מיין דעס זאגט גענוג סא האק נישט אין קאפ אריין

און מאך זיי נישט פאר אזעלכע הערראישע יונגעלייט, די מאמע'ס וואס זיצן פארשלאסן אינדערהיים מיט קינדער האבן באצאלט געלט צו קענען א לאך געבן, געלט וואס יעדער קען יעצט נוצן.. פליז
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:25 pm

ניין מען דארף נישט! קריך זאפארט אנידער פון די צוויי חשובע יונגעלייט! זיי זענען נישט קיין ראסיסטן, און הער אויף צו האקן א טשייניק!
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2119 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:56 pm

דו מאכסט א straw man argument ווער האט געזאגט אז זיי זענען ראסיסטן? דאס איז געווען א ראסיסטישע קאמענט. ענד אף סטארי

rac·ism
/ˈrāˌsizəm/
Learn to pronounce
noun
prejudice, discrimination, or antagonism directed against someone of a different race based on the belief that one's own race is superior.

זאגן אז גוים זאלן שטארבן איז ביי דעפינישן ראסיזם!
דאס מיינט כפשוטו אז אידן זענען superior
און ווען א קאמידיען זאגט דעס אויף טעלעוויזיע וואלט ער זאפארט געפלויגן פון אמט, און אויסגעשטאנען שווערע היץ!

אפשר ביזטו גערעכט אז ס'איז נישט קיין ראסיזם ווייל גוים מיינט פעלקער און נעמט אריין אידן אויך איז וואר?...

און ס'געפעלט מיר די תירוץ אז ס'איז א דזשאוק, ווען יעדער מחנך וועט זאגן פארקערט דאס איז חינוך! למען ידעו דורותיכם.. סא איך בין צומישט ס'איז א דזשאוק גאר הייסט.. אקעי כ'האב נישט געוויסט נעקסט טיים וועל איך בעסער אריינטראכטן אינעם פשט פונעם דזשאוק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סאנטיאגא אום דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:21 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך זבולון » דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:04 pm

א דאנק אייך עקספערימענער פארן ארויפברענגען דעם וויכטיגן נושא על סדר היום.
דער פאקט אז עס איז געווארן א רעדע דערפון איז זייער חשוב, און דאס איז - לדעתי - איינע פון די סאמע וויכטיגסטע פעולות וואס מ'קען זאגן דערויף אילו לא נברא קאווע-שטיבל אלא בשביל זה, דיינו.

איך מיין אז עס איז א שאד צו דן זיין לגופו של אדם, הרב לאנגזאם און פעלדמאן זענען לכל הדיעות געלונגענע אינגעלייט, זייער קאמעדיא איז זייער באטעמט לרוחו של כל אדם.

דער נושא איז דא נישט דער מעסענדזשער, דער קאמעדיען שטעלט צו זיין אינהאלט צו די אודיענץ. (אין א וועג, קען מען פארשטיין זייער הומאר אלס סעלף-הומאר, ווי זיי מאכן חוזק פון אזא געדאנקען-גאנג).

עס דארף זיין קלאר אז די אודיענץ איז מער נישט אינטרעסירט אין אזעלכע הומאר, עס איז גוט אויסגענוצט דער געלעגנהייט צו ארויפברענגען אוועירנעס, אז לא זו הדרך, מיר פארשפרייטן נישט קיין האסע אקעגן אומשולדיגע מענטשן.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:27 pm

זבולון האט געשריבן:א דאנק אייך עקספערימענער פארן ארויפברענגען דעם וויכטיגן נושא על סדר היום.
דער פאקט אז עס איז געווארן א רעדע דערפון איז זייער חשוב, און דאס איז - לדעתי - איינע פון די סאמע וויכטיגסטע פעולות וואס מ'קען זאגן דערויף אילו לא נברא קאווע-שטיבל אלא בשביל זה, דיינו.

איך מיין אז עס איז א שאד צו דן זיין לגופו של אדם, הרב לאנגזאם און פעלדמאן זענען לכל הדיעות געלונגענע אינגעלייט, זייער קאמעדיא איז זייער באטעמט לרוחו של כל אדם.

דער נושא איז דא נישט דער מעסענדזשער, דער קאמעדיען שטעלט צו זיין אינהאלט צו די אודיענץ. (אין א וועג, קען מען פארשטיין זייער הומאר אלס סעלף-הומאר, ווי זיי מאכן חוזק פון אזא געדאנקען-גאנג).

עס דארף זיין קלאר אז די אודיענץ איז מער נישט אינטרעסירט אין אזעלכע הומאר, עס איז גוט אויסגענוצט דער געלעגנהייט צו ארויפברענגען אוועירנעס, אז לא זו הדרך, מיר פארשפרייטן נישט קיין האסע אקעגן אומשולדיגע מענטשן.

איך בין א פען פון דעם duo און כ'האלט אז זיך אויפשטעלן ברבים יעדעס מאל און צוריקהערן סיי וועלכע קריטיק אדער הערות פון אונזער אפיניענעטעד ציבור נעמט אסאך כוחות. לית מאן דפליג

מיט דעם אלעם - קענסט זיין די גרעסטע אוהב ישראל און די גרעסטע בעל צדקה, אן אומרעכט איז אן אומרעכט. ריגארדלעס וואס די עכטע כוונה איז געווען, דאס טאר נישט און וועט נישט פארשוויגן ווערן!
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך cictim » דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:48 pm

סאנטיאגא האט געשריבן:זאגן אז גוים זאלן שטארבן איז ביי דעפינישן ראסיזם!
דאס מיינט כפשוטו אז אידן זענען superior

וואס באדערט דיר, אז מ'וואונטשט מחלות אויף אלע גוים - אזוי ווי מ'האט זיך געפירט - אפשר היינט מיט סאושעל מידיא דארף מען נישט רעדן אזוי ברבים,
אבער אויב דיר באדערט אז אידן זענען superior , זיי אזוי גוט און לערן נאכאמאל פרשת בחודש השלישי
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:57 pm

מיך באדערט נישט אז מ'וואונטשט מחלות פאר גוים, וואס באדערט מיך אז מ'וואונטשט זיי מחלות און נאכדעם ווערט מען ערשיטערט ווען זיי וואונטשן אונז. נעקסטע מאל יאסי געשטעטנער גייט אויף סאציאלע מידיע פארדאמען אנטיסעמעטיזם זאל ער זיך אנשטאט גוט אריינקוקן אין שפיגל, מום שבך אל תאמר לחברך.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:06 pm

די אהבת הגוי וואס בושעוועט דא איז דאך ממש וואונדערליך. אלעס זיך אהערצושטעלן פאליטיקל קארעקט. ס'וואונדערט מיר צו די אלע האבן אויך אהבת ישראל...
וואס מער מ'ליבט דעם גוי אלס מער האסט מען דעם איד, אפילו מ'איז אליינס א איד.

א כאפטע קלאונס....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2119 מאל

Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:12 pm

די פוינט איז נישט אז מ'דארף ליבן דעם גוי.
מ'טאר נישט 'פיינט' האבן קיינעם אן קיין פערזענליכע סיבה.
ווער רעדט נאך אויפציען א דור מיט שנאה צו 'יעדעם' אביסל אנדערש פון דיר אנגעהויבן פונעם גוי און גע'ענדיגט ביים ליטוואק און חסיד פונעם אנדערען רבי'ן........
היינטיגע אינגווארג קענען שוין צומאל בארעדן די זעלבע חסיד ווי דיר נאר וואינט אין אן אנדערע שטאט (אייראפעישע, א"י'דיגע.....)


צוגעלייגט צו דעם, טוען נאך געוויסע ווערן ממש אויפגעשוידערט ווען א גוי דרוקט זיך אויס קעגן א איד (צומאל אפי' מיט רעכט)!
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:16 pm

סאנטיאגא האט געשריבן:
יעצט איז נישט די צייט פארדעם, נישט יעדעס מאל איינער שטייט אויס בעקלעש דארף מען אנהייבן קוקן אויף יענעמס גאנצע טרעק רעקארד, קאם אן! יעדער דא ווייסט פון די צוויי, האט שוין געלאכט א גוטס פון די צוויי, און וויל ווייטער הנאה האבן פון די צוויי, באט יעצט דארף מען דאס אראפרייסן דעם ספעציפישן ראסיסטישן אקט עד הסוף! ביז ווילאנג זיי וועלן ארויסלייגן אן אפיציעלע סטעיטמענט מיט אן apology


פון דיין זוהן'ס מלמד פאדערסטו אויך אן Apology, יעדע מאל ער רעדט אזוי?

איך גלייב אז די קריטיק קומט אן צו זיי, און עס וועט מיר נישט פאסירן.

סתם אזוי האלט איך אז ס'איז נאריש צו מאכן איינעם apologizen , ווען זייער געדאנקען גאנג בלייבט די זעלבע.
אן apology דארף קומען פון אן אמת'דיגע פלאץ.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:05 pm

גמליאל האט געשריבן:עס איז געווען אן אנקעטע אויף טעלעגראם איבער די נושא, כאטש די נומערן זענען זייער שלעכט, איז עס דאך בעסער ווי כ׳האב מיר פארגעשטעלט.
בילד

פאר מיר איז עס אסאך ערגער פון וואס איך האב געהאפט און פארגעשטעלט...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מאי 08, 2020 12:26 am

אן נעמען א שטעלונג איבער די נושא דא, וויל איך מסביר זיין א שטיקל חילוק (מעגליך איך האב עס שוין אמאל געשריבן) צווישן שנאת ישראל און שנאת הגויים.

יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז ווען א איד שעלט א גוי, גייט גארנישט פאסירן, ער מיינט ער ניטאמאל אז דער גוי זאל יעצט אייננעמען א מיתה משונה (אחוץ א שונא ישראל א טעראריסט וכדו'), עס קומט פשוט אדער אלס די נשמה פון א איד וואס איז א העכערע מדריגה ווי א גוי (כמובא בספרים הק' אז עס איז פיל א גרעסערע חילוק צווישן א מדבר און ישראל ווי צווישן א חי און א מדבר), אדער סתם פון ווייטאג צו נקמה נעמען אין די פארגאסענע אידיש בלוט פון אלע דורות, גענוי ווי מיר זאגן אלע פסח שפוך חמתך אל הגויים כי אכל את יעקב, אבער קיינמאל וועט א איד נישט גיין הרג'ענען קיין גוי, לא תרצח איז ביי אונז א איסור דאורייתא.

משא"כ ווען די גויים העצן אקעגן די אידן, האט עס בדרך כלל ביטערע נאכפאלגן, וויפיל טעראר אטאקעס און פאגראמען האט שוין פאסירט פון די העצע אקעגן אידן, איז דאך אנטיסעמיטיזם א ביטערע געפאר מיט זייערע תוצאות ה"י. ממילא איז נאריש צו פארגלייכן די צוויי, אז פונקט ווי אידן האבן נישט ליב ווען מען העצט אקעגן זיי אזוי טאר מען נישט העצן אקעגן די גויים. עס איז כרחוק מזרח ממערב.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 08, 2020 1:34 am

עס האט טאקע נישט די זעלבע קאנסעקווענצן, אבער אונז אלס מאראלישע מענטשן און נאכדערצו אלס אידן מיט תורה ווירדן (און שכל'דיג פשוט אלס ערשט געליטענע) דארפן מיר אריינבאקן אהבת הבריות אין אונזערע קינדער (און אין אונז אליין).

און בכלל דאס צו גיין מעסטן וועמען'ס שנאה איז שטערקער איז נישט רעלעוואנט אויף למעשה.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מאי 08, 2020 6:08 am

איך מיין עס איז בעסער זאלסט נישט אנהייבן מיט תורה ווירדן אין דעם ענין....

די תורה זאגט קלאר אז מען דארף רחמנות האבן אויף יעדן ברי', סיי אויף חיות בהמות ועופות (כאטש מען מעג און צומאל גאר א מצוה זיי צו שחט'ן און עסן), און סיי אויף מענטשן, אפילו רשעים וואס מעשי ידי טובעין בים וכו'. אבער דאס אלעס איז פיזיש. אין הארצן דארף א איד ע"פ תורה ממאס א גוי און אלעס וואס ער שטעלט פאר. דאס טרעפט מען אומצאליגע מאל אין די תורה, דער בעסטער גוי איז א נידריגע ברי' שפילה און מיר מאכן א ברכה יעדן טאג אין לעבן שלא עשני גוי! און דאס האבן מיר געזען במשך אלע דורות ביי אלע צדיקים און ביי אונזערע זיידעס און באבעס. מען האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו שעלטן די גויים (שלא בפניהם) און זיי וואונטשן אלע צרות און קרענק, "אויף אלע גויים" איז א באקאנטע אויסדרוק, און ווי עס שטייט אין פסוק, כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך. ווער רעדט נאך ווען מען רעדט פון זייער גלויבן, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא.

פעסט פארווערד צו 2020 דזשענערעישאן, ס'איז אכשר דרא! רעדן א שלעכט ווארט אויף א גוי איז ראסיסטיש... ווייל וואס האט דיר דען דער גוי שלעכטס געטאן... אלזא דארף מען קלארשטעלן, אז ווען מען רעדט פון די א.ג. ראסיסטן מיינען זיי נישט קיינעם וויי צו טון. און הלכה למעשה וועלן די זעלבע אידן וואס שעלטן די גויים מער רחמנות האבן אויף די גויים ווי די היינטיגע אויפגעקלערטע חברה וואס שרייען אויף די פאליציי "אנטיסעמיט"... מיין באבע ע"ה, א מלחמה געליטענע, האט (מסתמא מחמת רוב צער) אסאך געשאלטן איר גוי'טע (שלא בפניה) וואס פלעגט קומען רוימען ביי איר אינדערהיים, אבער למעשה? האט זי איר אייביג באגריסט מיט א שמייכל און געגעבן פרישע עסן און געגעבן די פארדינטע אנערקענונג אויף איר ארבעט.

אם אין דעת, הבדלה מנין. מען דארף קענען פונאנדערשיידן צווישן ספיריטואל פיינט האבן דעם גוי און אפילו בארעדן דעם גוי, פיינט האבן זייער לעבנס שטייגער, זייער נידריגקייט, עם הדומה לחמור, און עס פאסירט גארנישט אז מען זאגט אמאל ארויס א שלעכט ווארט אקעגן זיי; ווי געשמועסט איז אלץ געווען אזוי, אין אלע דורות. די תורה זאגט אונז אז דעם גוי מעג מען בעטן רבית; עבד כנעני האט אנדערע הלכות ווי עבד עברי; וכדומה הרבה... ממש ראסיזם! אבער מצד שני הלכה למעשה זענען מיר טאקע תורה טרייע אידן, און די תורה פאדערט אהבת הבריות, מענטשליכקייט און רחמנות און ערליכקייט צום גוי פונקט אזוי. און אזוי האבן זיך ערליכע אידן געפירט אין אלע דורות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מאי 08, 2020 6:13 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:און בכלל דאס צו גיין מעסטן וועמען'ס שנאה איז שטערקער איז נישט רעלעוואנט אויף למעשה.

מיט דעם דינג איך זיך. איך זאג דיר אז עס איז יא נוגע למעשה! ווייל אונזער שנאה ברענגט נישט גארנישט, נאר חיזוק אינעם ענין פון ואבדיל אתכם לי לעם און והייתם לי סגולה מכל העמים, משא"כ זייער שנאה ברענגט ביטערע קאנסעקווענצן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 08, 2020 6:36 am

שמעקעדיג: איך ווילל נאר צוגעבן צו דיינע ווערטער. אז מ'דארף זיך אייביג אויפפיהרן ארנטליך צו א גוי. מ'דארף איהם באגריסן. און רעדן שיין. אבער צו ווערן באמת נאנט מיט איהם. דאס נישט. לדוגמא. מ'האט עס געטרייט אין דייטשלאנד מיט בערך א 170 יאר צוריק. די דייטשע רעפארמער האבן געטענה'ט אז ס'איז עכט נישט קיין חילוק פון א איד און א גוי.און זיי האבן זיך דערנעענטערט צו די גויים. און געווארן זייערע גוטע פריינט. געגאנגען צו זייערע פארטיס. און די גויים זענען געקומען צו די אידן. אין אנהייב האט אויסגעזעהן ווי ס'ארבעט. לפנים זענען די גויים געווען גוט מיט די אידן. אבער אין הארצן האבן זיי נאכאלץ פיינט געהאט די אידן. אבער א טייל פון די (נארישע) אידן האבן חתונה געהאט מיט גויים. און אונז זעהען מיר וואספארא חורבן דאס האט אנגעמאכט. סיי בגשמיות. און סיי ברוחניות.

3 אדער 4 דורות שפעטער איז שוין כמעט נישט געווען קיין אידן וועלכע זיי אדער זייערע זיידעס האבן נישט חתונה געהאט מיט גויים.

נאכדעים איז מקויים געווארן וואס ס'שטייט אין פסוק אין תהילים..."הפך ליבם לשנוא עמו"...!

נאכמער. די פוילישע גוי'טעס וואס מ'האט אמאל אריינגענומען אין די מערסטע אידישע שטובער. האט נאך געברענט די שנאת ישראל אין זייערע הערצער. און אפילו בשעת זיי האבן געארבעט ביי אידן. און מ'האט זיי גוט באצאלט. איז אויסער די גניבות וואס זיי האבן אנגעשטעלט האבן זיי שטילערהייט געזוכט וואס צו צוברעכן אין די אידישע הייזער. ביי אונז אין שטוב האט אויך איין תקופה געארבעט א פוילישע גוי'טע ימ"ש. און זי האט אייביג עפעס צובראכן. כאילו בשוגג. ביי מיסטעיק. דאס איז צו פיהל אויסצורעכענען. ווען איך האב גערעדט צו אנדערע אידן האבן זיי מיר בדרך אגב געזאגט די זעלבע זאך אז די פוילישע גוי'טע האט עס צובראכן. נאר זיי האבן עס געטון אויף א ראפינירטן וועג. אויב מ'האט זיי געכאפט האבן זיי אויסגעדרוקט כאילו ..."חרטה"...איים סאררי.צי איז דאס געווען די טעלעפאן ווייער וואס האטציך ..."אפגעריסן"... אדער דער אפלויף פייפ פונ'ם סינק אין די קאך. וואס איז זייער גרינג ארויסצושלעפן. מ'דארף נישט קיין טאאלס. איך געדענק ווען איך האב געוואוינט העכער א סטאר. און מ'האט געדארפט טוישן די אפלויף פייפ פון די סינק. כאטש איך האב עס געקענט אליינס מאכן האביך גערופן א פלאמבער. איין טאג (ווען די גוי'טע האטציך געדרייט אין קאך) קומט מען צו לויפן פון סטאר אז ס'גיסט וואסער. ווען כ'האב אריינגעקוקט אונטער'ן סינק זעה איך ווי די 2 חלקים פון די פייפ זענען צונומען. דאס פאלט נישט ארויס פון זיך אליינס. ס'איז דא נאך א סאך זאכן. פארשטייצעך. ווען ס'איז שוין געווען למעלה ראש. צו א סאך פון די קליינע אינצידענטן האמיר איהר פארשיקט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט