בלאט 1 פון 1

מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 5:25 pm
דורך זעקעל
יא איך האב ענדליך גענומען די קוראדזש צו פארטיליגען איינמאל פאר אלעמאל די הארטנעקיגער קנאבעל פון די פאדערשטע זייט פון מיין גענאק און אזוי איינוועגס זיך ערלויבט א פגימה אינעם הייליגקען צלם רח״ל, נישט קיין לייכטער באשלוס אבער ב״ה מען האלט שוין דערנאך, ניין מאכט נישט קיין טעות איך בין לאנג פאראיבער די צענדליגער יארן אין איך זיך ח״ו קיינעם נישט וויי טוהן, אין אויב עפעס באזיץ איך שוין באלד מיין אייגענער צענדליגער, נאר וואס דען זייט ווען האט דער צענדליגער בחור וואס זוכט די אויפמערקזאמקייט פון די עלטערן ר״י עסקן אד״ג אדער נארוואס בייסיג געווארען׳ער אינגערמאן וואס האט נעבעך פארלוירן זיין פאזיציע אשת חיל אד״ג באקומען די רעכטן מיך צו פארוואנדלען אין א פארברעכער, דו ווילסט סטראשענען טריצען זיין שלעכט דו ביסט בארעכטיגט מען האט דיר מן הסתם בא׳אוועלט אבער איך וויל יא בלייבן א וואוילער שעפסעלע אין קיינעם נישט וויי טוהן ח״ו אין ווייטער פילווענען אין חסידישע ספרים אין אין ספרי מוסר אין ספורי צדיקים און איבער אלעמען נישט מוותר זיין אפי׳ איין שובבים שלש סעודות תורה ביי ר׳ טודרוס נאר וואזשע דען איך גלייך נישט א לאנגע בארד

המשך יבא