צוואה אלערט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

צוואה אלערט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אנהייב וואך האט ליידער פאסירט א טראגישער אומגליק, א בחור פון מאנסי איז אראפגעקלאפט געווארן אין אריזאנא דורך אניאגנדער אויטא צו זיין פריצייטיגער טויט! דאס קערפער זיינער איז נאך ווארים און די פאמיליע האט נאך נישט אנגעהויבן געהעריג צו באגרייפן די שוידערליכע אומגליק וואס ס'האט זיי נעבאך באטראפן. טראץ דאס פארן שוין זיינע פריוואטע זענדונגען פון זיין סאציאלע מידיע ארום אין גרויסן, און די מאסן פארסמאקאווען זיך דערמיט....

טייער ברודער און שוועסטער, איידער איר שטארבט, מאכט זיכער צו פארמאכן אלע אייערע בליץ פאסט און סאציאלע מידיא אקאנטעס. נישט פאר אייער וועגן, ווארים נאכן באגרעבעניש ליגט איר דאך שוין אין יעדנספאל פארפאקט אינעם האלצענעם קעסטל מיט א נאסע בארד, איינגעהילט אינעם שיינעם שבתדיגער טלית, נאר טיט דאס פאר די כבוד פון אייער פאמיליע...
און אויב ווייסט איר נישט גענוי ווען איר ציעט זיך אריבער אונטערערדיש, דאן שרייבט אפ א צוואה אז אייערע נאנטע זאלן עס פארמעקן גלייך נאך איר פארזיכט פון די ביטערע טראפן פונעם טייוולס שווערד...

נא שלא ליכתוב עלי שום שבחים אחר מותי.
אני מבקש כל יוצאי חלצי לבל יבכו יותר מידי עלי... ושילכו בדרך התורה... ולהיות דבוק בהגזע שרגלתי בה...
אני מבקש בכל לשון של בקשה, שמיד אחר מותי יסגרו או ימחקו כל האימעילס שלי, וגם לרבות את הסאציאלע מידי''א אקאטעס... וזה יהיה לכם לטובה רבה...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר