העניך האט געשריבן:
אבער וויאזוי איז מען מחדש א נייעם מנהג, ווען דער מושג פון מחדש זיין נייע מנהגים איז אין סקווער ממש ס'ארגסטע? איז דער רבי אויפגעקומען מיט א פארטל. אין יאר תשע"ו האט ער געמאלדן אז מ'גייט מאכן א צוזאמענקום אום ל"ג בעומר צו מעורר זיין אויף "נסיונות הדור" פון טעכנאלאגיע, און דערצו וועט מען צושטעלן א הדלקה. מ'האט עס געמאכט כאילו אן איינמאליגע זאך צו מעורר זיין אויף אן ענין.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזאגט פאר איינעם אז עס קומט מעגליך פאר אזא פייער טראק, און עס איז א ריזיגע סכנה פאר כלל ישראל.
שטעל דיר פאר, די קינדער זענען געזעסן אין שטוב מיט די עלטערן צוויי מאנאטן , גענוצט זייער טלפון אגאנצע טאג, און געשטאנען אויף זייער קעפ. איין שיינעם נאכמטאג קומט א טראק מיט א גרויסע פייער, האסט נישט די תאווה עובר צו זיין אויף 'ומזרעך לא תתן להעביר למלך'? מ'טאר נישט לייגן מענטשן אין אזא נסיון!
שיטה מקובצת האט געשריבן:לענינינו, ווען מ'זעהט א די פסקים פון רבנים און זייערע שינויים זענען אייביג אין די דירעקשאן פון זיי צו בענעפיטירן, און קיינמאל נישט צו בענעפיטירן די פשוט'ע מענטשען, ווייסט מען אז זיי זענען נאר דא פאר זיך. מ'וואלט געקענט אננעמען זייערע געטוישטע מיינונגען אויב אויך פאר אונז טרעפן זיי וועגן ווי אזוי צו משנה זיין.
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: א יעדער מעורר האט האט דא ארויפגעברענגט עטליכע וויכטיגע נקודות.איינער פון די מעוררים האט ארויפגעברענגט א נקודה אז מ'וואלט געקענט (ספעציעל אין די צייטן פון קאראנא וויירוס) אריינברענגען א טראק מיט אן עלעפאנט, א מאנקי און א שחור. כדי מזכה צו זיין דעם עולם מיט די טייערע ברכה פון משנה הבריות.
לאמיר נאר באטראכטן וואס די מציאות איז. די גויים האבן אלערליי ענטערטעינמענט דורך ספארטס. (וואס בחסדי השם איז דאס זייער עבודה זרה. און זיי זענען נישט ביזי מיט די אידן. וואס אין אונגארן און פוילן איז שנאת ישראל געווען זייער ענטערטעינמענט.). בעיסבאלל. בעסקעטבאלל, פוטבאלל און האקעי. וואס אין די איצטיגע עת צרה מוז מען זיי צושטעללן א כמו פון די אלע שפיעללן. אבער אונז אידן האבן דאך גארנישט. קיין שום ענטערטעינמענט. אפילו סעללפאונס און אינטערנעט איז דאך אסור ביי אונז. און כש"כ די אנדערע זאכן. האמיר נאך איין זאך צו וואס די אזוי-גערופענע רבנים זענען נאכנישט אנגעקומען. פארקערט. ס'איז נאך בקום ועשה.איז אז מ'זוכטציך ארויס אויסערגעוויינליכע מצוות. אזוי ווי פדיון פטר חמור. און כש"כ א מצווה וואס האט דעם פאטענציאל צו פארגרעסערן דעם העיליגן רעבינ'ס כבוד. אזוי ווי די הדלקה פון ל"ג בעומר. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז די רעבע האלטציך אין איין פאררופן אויפ'ן טאאטן (מיט א חטף קמץ). הני מילי . דארט וואו ס'לוינטציך איהם. איי זיין טאאטע האט קעינמאל נישט געמאכט קעין הדלקות...?! סאו? ער העיבט אן מיט א תירוץ. אז ס'איז אן אסיפה לכבוד אינטערנעט און טעכנאלאגיע, רח"ל. און דער מנהג איז שוין נשרש געווארן. ממילא קענמען שוין נישט מוותר זיין אויפדעים...!
נאר דער טרענד פון מזכה זיין אידן מיט מאדנע און זעלטענע מצוות האטציך ערשט אנגעהויבן. ס'וועט נאך איינעם איינפאללן ארומצופארן מיט א טראק וואס וועט ווייזן ווי א איד עסט קרעפליך אום הושענא רבה אדער פורים. אדער א טראק וואס מ'זעהט ווי א איד שמייסט הושענות. אדער א טראק וואו מ'שלאגט כפרות. און א יעדער קענזיך משתתף זיין פאר א פאר דאללער...!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Bing [Bot] און 2 געסט