קאנטרי בימים ההם ובזמן הזה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קאנטרי בימים ההם ובזמן הזה

הודעהדורך פיש כאפער » זונטאג מאי 10, 2020 2:35 pm

שמועסנדיג מיט מיין בני בית (אונז האבן אסאך איבעריגע צייט היינטיגע צייטן) האבן מיר איבערגעשמועסט אז עטליכע פון אונזערע פריינט האבן זיך אויסגעדריקט מיט דערשטיקטע פרייד אז די ׳באנגעלאו קאלאני׳ עפנט זיך נישט היי-יאר צוליב די וויירוס. זיי קענען נוצן די געלט אויף אנדערע זאכן, און ס׳איז שוין אזוי אויך באו מים עד נפש.

את חטאי אני מזכיר, כ׳האב מיר צושמייכלט.

אלץ איינער וואס האט נישט אנגענומען דער מנהג ישראל פון גיין גלות ליידן פון ׳אינדעפענדענטס דעי׳ ביז ׳לעיבאר דעי׳, איז דאס געווען כיהודה ועוד לקרא וואס איך האב שוין לאנג געזאגט פאר מיין ווייב אז דאס גלות ליידן איז נישט א זיניגע שריט סיי פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט און סיי פון סתם אזוי א לאגישע שטאנדפונקט, און ווער עס טוט עס, איז עס בכלליות מחמת איינס פון דריי סיבות
1. פּיר פּרעשור
2. פינאנציעלע אומוויסענהייט
3. זיי זענען פארמעגליכע אידן, און זיי האבן א זומער וואוינונג

ס׳איז אוודאי דא נאך סיבות, אבער ס׳איז רעכט צו זאגן אז די מערהייט פאלן אריין אין איינע פון די דריי אויבנדערמאנטע סיבות.

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס א בר נש זאל באוואוסטזיניג זיך ארויסלאזן מארצו וממולדתו ומבית אביו, זיך ארויסלאזן גלות ליידן אנדעם וואס ער זאל האבן געשוויגן ווען ער האט געהערט איינעם פארדאַמען די רוימישער רעגירונג, און אנדעם וואס ער זאל זוכן אפצוקומען חטאות נעורים.

ווען מען זאל ווען פאָרשלאגען פאר דעם זעלבער בר נש א הילצערנע כאטקע די גרויסקייט פון א צימער וואס די תנאים קריגן זיך צו עס קען מקבל טומאה זיין.
א כאטקע וואס איז פארפּעסטעט מיט מוריטשקעס, פליגען, און לעידי באגס, שמאלע בעטן, מיט דינע מאטראצן, צובראכענע טירן, און אנגעשמירטע פארפארבטע ווענט, ברוינע וואסער, און אויפגעריסענע פאדלאגעס, אבער אין ברוקלין, פאר די צוגענגליכע פרייז פון צוויי א האלב טויזנט דאלער א חודש, וואלט דאך דאס נישט עולה על הדעת געווען.
אבער אין האצנפּלאץ, נ.י. איז ער גרייט דערפאר. נישט נאר וואס ער איז גרייט, נאר ער לייגט שוין אראפּ אן איינגאבע אום זאת חנוכה אלס חשש שמא יקדמנו.

ווער וויל דען ארויסלאזן א געלעגנהייט פון קענען וויילן פאר גאנצע אכט וואכן אין א העק ערגעצוואו אין הרי אררט, וואו די סעלפאון פראוויידערס האבן נאכנישט געפילט פאר וויכטיג צוצושטעלן סערוויס?

אבער מען גייט דאך נישט ארויס צוליב די כאטקע. גיין גייט מען ארויס פאר די לופט.
וואס פארגלייכט זיך דען צו א ביסל פרישע לופט?

וועסטו פרעגן פארוואס פארט דער בר נש ארויס נאר אום דאנערשטאג נאכט און קומט שוין צוריק זונטאג?
אדער אויב האט ער אזוי ליב די לופט צו וואס ציט ער זיך נישט ארויס פון שטאָט?
עה… שוין עמיר דאס לאזן פאר אן אנדערס מאל.

אפגערעדט זענען אלע זייטיגע קאסטן וואס דאס ארויסגיין צו די בערג טוט אנברענגען. א שטייגער ווי ארויס גיין עסן מיט די חברים מינימום איינמאל א וואך. און נישט סתם עסן, נאר ביי די טייערסטע און שענסטע רעסטוראנטען. רעסטוראנטען וואו די אויבערשטע איין פראצענט פון די געזעלשאפט לאזן זיך וואוילגיין. חכמז״ל האבן דאך נישט געגעבן אן אויסלויף דאטום אויפ׳ן מימרא ׳כל ישראל בני מלכים׳

אבער מ׳צאלט דאך מיט די טעקס ריטוירן געלט!
קיינער וויל אוודאי נישט אז די עף. בּי. איי. זאל אראפברעכן זיין טיר מאנטאג פיר אזייגער פארטאגס ווייל ער האט גענוצט די טעקס ריטוירן געלט צו באצאלן די גראסערי ביל, אנשטאט צו באצאלן די קאנטרי.
ווער רעדט נאך פון עס אוועקלייגן אין א סעיווינגס קאנטע, דאס איז דאך שוין לכל הדעות ׳עמבעזעלמענט׳

פילייכט וואלט געווען אן עצה טובה פאר אינגעלייט צו ניצן די טעקס ריטוירן אלס א סימן, ווי גדעון מיט׳ן ספּאנדזש. נעמליך, אויב באקומט מען טעקס אנשטאט צאלן טעקס, דאן איז א סימן אז ער דארף נישט גיין אין קאנטרי.

דערצייל איך דעם עפיזאד פאר א חבר מיינער, א יערליכער און ערליכער קאנטרי גייער. און איך פרעג אים צו דאס האט אפשר אפעקטירט זיין געדאנקענגאנג איבער קאנטרי.
זאגט ער מיר ״ס׳מאכסט דיר נאריש, קאנטרי איז א פיינע זאך. אז נישט פאר זיך, דאן פאר די קינדער״
(מ׳שטיינס געזאגט אז אני הקטן בין א ׳טשיילד אביוזער׳ בלשון נקי׳)
הייסט עס, מ׳טוט עס פשוט פאר די קינדער.

און פארוואס קענט איר זיך נישט אריינזעצן אין קאר, און ארומפארן א וואך צוויי מיט די קינדער אויף אן אויספלוג?
קאסטן וועט עס א צענטל די סומע וויפיל קאנטרי קאסט, די קינדער וועלן דאס געדענקען אויף אייביג (און פאר די וואס מיינען זיך אויכעט, און נישט נאר די קינדער, וועט עס אויך געדענקט ווערן אויף אייביג), מ׳וועט זיך לערנען זאכן אינאיינעם, און זיי וועלן נישט האבן א טאטע וואס צען מאנאטן פון יאר קען מען נישט רעדן צו אים ווייל די קרעדיט קארטלעך זענען ׳אויסגעמעקסט״.

זייער א זיסער פלאן, זאגט מיר דער זעלבער חבר, אבער איך האב נישט די קרעפטן און נישט די געדולד צו זיין פארנומען מיט די קינדער פאר א וואך צייט. (די טענה האט ער אויך גענוצט ׳פּרי-קאוויד19׳)

בין איך שוין אינגאנצן צומישט, און איך פרעג אים ׳אבער איר האט דאך מיר אליינס געזאגט אז מ׳טוט דאס פאר די קינדער?׳

יא, מ׳טוט עס אויך פאר די קינדער, אבער למעשה קומט עס גוט צונוץ סיי פאר די פרויען און סיי פאר די מענער.
היכי דמי?
איז אזוי, די מענער האבן נישט צו הערן פון די ווייב פאר א וואך, און זיי האקן א לעבן מיט די חברים, ווידעראום די פרויען האבן א ביסל מנוחה פון די מענער.

הייסט עס ס׳איז אזא מין געזעלשאפטליך אקצעפטירטע ׳טרייעל סעפערעישאן׳? פרעג איך מיט נייגער.

אקוראט אזוי! ענטפערט מיר מיין חבר, אָפּאטעמענדיג אז כ׳הייב שוין אָן צו פארשטיין.

און טוט דאס נישט אנצייגן אויף אן הינטערליגענדער פראבלעם, אז נישט נאר וואס מ׳קען נישט האקן א לעבן מיט די ווייב, נאר מ׳דארף זיך גאר צוטיילן יערליך? פרעג איך נאאיוו

״שוין, הייבסט שוין ווייטער אָן מיט דיינע משוגעת׳ן!״

פון דא און ווייטער האט זיך די שמועס פארקירעוועט צו דע בלאזיא איז אן אנטיסעמיט אויף א שטייגער ווי היטלער, ווען ער זאל ווען קענען (די אנגענומענע מיינונג איז געבליבן אז לכאורה נישט), צו מער א שטייגער ווי אבאמא (בין איך געוואויר געווארן אז אבאמא איז נישט ממש א היטלער)

א געזונטן זומער
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:33 pm

א שיינער ארטיקל וואס איך האב פארפאסט, און יעצט אנטדעקט א דאנק דעם נייעם "נייע אשכולות קנעפל"...

איך האב אויך יארן לאנג נישט פארשטאנען דעם געדאנק פון קאנטרי, ביז כ'האב איינגעזען אז ס'איז באמת א גוטע זאך פאר די פרויען. דאס וואוינען אין דער קאנטרי, און טאקע אין מיאוס'ע כאטקעס, נעמט אוועק זייער פרעשור פון האלטן זייערע שטיבער דזשאסט פערפעקט, און זיי ערלויבן זיך צו אטעמען פיל מער. די אייגענע דירה איז א געוואלדיגער מקור פאר פרעשור, און דאס אוועקפארן גיט א געוויסע פרייהייט.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

Re: קאנטרי בימים ההם ובזמן הזה

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:09 pm

העניך האט געשריבן:א שיינער ארטיקל וואס איך האב פארפאסט, און יעצט אנטדעקט א דאנק דעם נייעם "נייע אשכולות קנעפל"...

איך האב אויך יארן לאנג נישט פארשטאנען דעם געדאנק פון קאנטרי, ביז כ'האב איינגעזען אז ס'איז באמת א גוטע זאך פאר די פרויען. דאס וואוינען אין דער קאנטרי, און טאקע אין מיאוס'ע כאטקעס, נעמט אוועק זייער פרעשור פון האלטן זייערע שטיבער דזשאסט פערפעקט, און זיי ערלויבן זיך צו אטעמען פיל מער. די אייגענע דירה איז א געוואלדיגער מקור פאר פרעשור, און דאס אוועקפארן גיט א געוויסע פרייהייט.
זעהט אויס ביזט נאך הינטערשטעליג מיט עטליכע יאר, היינט-צו-טאג איז שוין כמעט נישטא פון די אמאליגע דרוקלאזע באנגאלוי קאלאניעס. וואו די קינדער האבן נישט געברויכט האבן מעטשי אוטפיטס. היינצוטאגס בויעט מען זיך פאלאצן פיל שענער און גרעסער ווי די טייערע לוקסעריעזע מויזן לעכער וואס מ'פארמאגט נישט אין שטאט, און די פעיר פרעשור גייט אן אין די קאנטריס און פולן קראפט ממש ווי אין שטאט, ס'האט גארנישט נאכגעלאזט, קיין עכטע מנוחה האט קיינער נישט דארט, נישט די מאמעס וואס מוזן נאכטאנצן איינער דעם אנדערן דארט און נישט די קינדער וואס זענען אנגעפרעשורט פון די מאמעס, און ועל כולם די טאטעס וואס מוזן מקיים זיין דעם מצות עשה של הענג און ברענג.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:30 pm

רוב וואס גייען אין קאנטרי קומען פון שטאט, וואו מען וואוינט קעפ אויף קעפ, מען האט נישט קיין אינטש גראז זיך צו זעצן אויף, און גיין שווימען איז א ווייטער חלום.

קאנטרי גייערס האבן ביידע וועלטן, די שטאטישע קאנוויניענט לייף, און די זוממערדיגע רוהיגע צייט.
כאטש איך בין א שטארקע מפונק פערזענליך, בין איך דאנקבאר פאר יעדן זוממער וואס איך האב געוויילט אין קאנטרי און אין קעמפ.
$625 א וואך איז א קנאפע פרייז צו צאלן פאר א גאנצע וואך וואקאציע אקאמעדעישאנס פאר א משפחה.
וואו נאך קענסטו טרעפן א וואקאציע פאר דעם פרייז?

יעצט אויב דו בוסט א מענטש וואס האט נישט קיין שום הנאה פון גראז, ביימער, הייקינג, שווימען, וואוינען אין א כאטקע, איז עס געוויס נישט פאר דיר.

עס פעלט אבער אן אפציע אויף דיין ליסטע:
שטאטישע מענטשן וואס גייען אין קאנטרי ווייל זיי האבן הנאה דערפון, און זיי ווילן געבן דעם עקספיריענס פאר זייערע קינדער.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 6 געסט