רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחות.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחות.

הודעהדורך אספקלריה » מיטוואך מאי 13, 2020 11:46 am

איך האב נאכנישט געטראפען דא קיין אשכול פאר מאוויס פאר פאמיליע צייט,און דיע טעג קען אונז אלע דאס נוצען, און אז מקוקט פארוואס זאל מען נישט קוקען זאכען וואס ברענגט ארויס גוטע נקודות, און גוטע געפילען פאר די גאנצע משפחה.
רובא דרובא וואטשט מען דראומא און דאס געווענטליך ברענגט נישט צאם די פאמיליע,סמאכט נאר אזא מצב פון פארטעמטקייט.
איך וועל שרייבען דא אפאר זאכען וואס מהאט געוואטשט ביי מיר,וואס האט געברענגט א אפענקייט און א שמועס, און א ברייטקייט, און די משפחה.
ווער סהאט נאך צושרייבען ביטע מיטטיילען מיטען עולם משום אל תמנע טוב.
1) A place at the Table
א בליק און די לעבן פון 5 ארימע אמעריקאנע משפחות און 5 אנדערע געגנטער, די דאקאמענטרי נעמט אייך אריין און די שטיבער און אין די טעגליכע לעבן פון די משפחות און געגנטער וואס איז נעבעך די גורל פון צענדליגע מיליאנע אמעריקאנע משפחות,סיי פון די ווייסע וואס וואונען און וויסטע געגנטער, צו די שווארצע וואס וואונען און די אורבען געגנטער.
מיינע קינדער זענען געווען איבער גענומען פאר א לאנגע צייט, סברענגט אריין און די משפחה א בליק צו וויסען און פארשטיין אנדערע וואס זענען נישט אזוי גליקלעך ווי אונז,און א געפיל און ווילען צו העלפען אנדערע.
2) Quest for the lost Tribes
אן אינטריסאנטע אורח׳ישע דאקעמענטרי פון אן ישראלישע/קאנאדישע פארשער וואס פארט ארים איבער פארשידענע פרימיטיווע ערטער און די וועלט און עם דאכציך אז ער זעעט און טרעפט שטעט און שבטים פון נ״ך, די קולטורען וואו ער דרייט זיך און די שטעט וואס ער באזוכט איז הפלאדיג,און די רעפרענסעס פון נביא געט א הערליכע צאמשטעל פון ידיעות, פון אמאליגע און היינטיגע קולטורען.
די פראדאסער איז ווערט א לאנגע באשרייבונג, א גאר אינטריסאנטע קערעקטער, ער האט פארשידענע אנדערע פילמס.
מיינע קינדער האבען לאנג דעבאטירט זיינע צאמשטעלן און זיינע השערות,און די גאר אינטרעסאנטע שבטים און ערטער וואו ער האט ארומגעפארען.
איך וועל שרייבען אי״ד בקרוב נאך.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחו

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 13, 2020 3:50 pm

תקומה
א שיינע דאקומענטאר אויף מדינת ישראל אין זעקס חלקים, אדורכגיין דער ערשטע 50 יאר אין אלע אספעקטן.ַ
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך אספקלריה » דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:15 am

פאר דיע וואס האבען ליב צו וואטשען wildlife איז גאר אינטערעסאנט צו וואטשען David Attenborough סחורה זיינע דאקאומענטריס זענען מער פערזענדליך,ער ווערט ממש צוגעבינדען צו דיע באשעפענישען וואס ער פארשט,און ער כאפט אויף פארשידענע פילינגס און פערזענדליכקייט (אויב קען מען עס אזוי אנרופען) פון די באשעפענישען.
פארשטייט זיך די דיזני און נעטשינעל זענען מער פראפעשינעל, אבער זיינע סחורה איז מער קאננעקטינג.
David Attenborough פלעגט האבען א וועכענטליכע 10 מיליאן אויסהערער אויף זיין שאו,ער האט הונדרעטע דאקאומענטריס פון נאטור און wildlife,
מיינע קינדער האבען געווענטליך נישט א געוואלדיגע אינטרעס און wildlife ווייל מהאט שוין צופיל געוואטשט פון דעם,אבער צווישען זיינע זאכען קען מען טרעפן זאכען וואס געבן א בעסערע אינטערעסע.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך אספקלריה » פרייטאג מאי 15, 2020 11:22 am

3)
A struggle for home the Crimean tutors
די דאקומענטרי איז איבער די ״טאטערן״ און זייער נעשונאליטי, און זייער געוועזענע לאנד ״קרימיען״
קרימיע א פענינסעלע וואס שטעקט זיך ארויס אינעם שווארצען ים ביים גרעניץ פון רוסלאנד,און אוקריינע.
דאס פלעגט זיין די לאנד פון די טאטורען, און זייענדיג אקעגען איבער טורקיי, האבען זיי אנגענומען די איסלאמישע רעליגיע,
זייער גירוש פון 1944 דורך סטאלין וואס האט געוואלט צוברעכען זייער נעשאנאליטי און זייער געבינדענקייט צו זייער לאנד, זייער צוריקקומען, און זייערע לעצטיגע צרות פון אונזער אלעם באקאנטע ״פוטין״ ווען ער האט דאס פארכאפט פון אוקריינע מיט עטליכע יאר צוריק.
די פילם איז אינטרעסאנט פאר די קינדער,צו צוזעען א קליין פאלק און זייער בענקשאפט צו זייער לאנד און קולטור און רעליגיע.
סגעט אסאך צוטראכטען פאר די משפחה איבער גלות וגאולה, איבער וועלען האבען אן אייגען לאנד און קולטור און רעליגיע צוזאמען.
(דיסקלעימער סהאט א קליין ביסעל פון זייערע פעסטיווילס און מזעעט ווי זיי טאנצען, סאיז נישט טאקסיק און רייציג,און סאיז ריין פון ראומאנס, אבער סהאט אביסעל אפיציעלע טאנצונגען פון זייערע פעסטיוועלס)
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך אספקלריה » זונטאג מאי 17, 2020 9:46 am

ביטע אויב איינער האט נאך תוכנדיגע דאקאומענטריס געאייגענט פאר family time,און ריין פון ווייעלענס, און ראומאנס.
ביטע ארויפלייגען דא לזכות את הרבים.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך אספקלריה » דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:31 pm

זעעט אויס ווי סאיז מער א פרומערע עולם דא און קיינער וואטשט נישט מיט די משפחה קיין פילמס, איך האב געמיינט אז איך וועל באקומען דא נאך פילע איידיעס פונעם עולם דא.
איך וויל ווייטער שרייבען וואס מיין פאמיליע האט געוואטשט לזכות את המועט פון דיע וואס לאזען יא די קינדער וואטשען,
פאר דיע וואס ווילען אז זייער קינדער זאלען וואטשען עפעס מער ווי די אונטערען שטותים, שרייב איך דא דיע דאקאומענטריס וואס זענען ריין פון רייציגע סצענעס, און זאכליכע מעסידזשעס.

4)
The Exodus Decoded
נאך א אורחישע פילם פון ״שמחה יאקבאוויטש״ א קאנאדישע/ישראלישע פארשער, ער פארט אראפ קיין מצרים, סיני, ירדן, והמסתעף, צו טרעפן צייכענעס פון אונזער היסטאריע וואס אונז האבען געלערענט און ספר שמות, און וואס אונז האבען נארוואס איבערגעגאנגען פסח באנאכט,0
מצרים, יציאת מצרים, קבלת התורה, ער גייט און די עגיפטישע מוזיאמס, און די פארם געגנטער און עגיפטען וואו סליגט דארט אלטע באגראבענע שטעט,ער וועבט מאדנע טיאריעס וויאזוי די מכות זענען געווען א קייט פון א וואלקיינאו, וואס מאכט רויט די וואסער, און הארגעט אלעס חוץ פרעש, ער וועבט ווייטער און ווייטער, סשווער נישט צו שמייכעלן פון זיינע טשיקאווע צאמשטעלן און טיאריעס, ער טרעפט אויס א נייע מקום און טיאריע אויף קריעת ים סוף.
הכלל ער זאגט אן איידיע אז ניסים פונעם אויבערשטען קען אויך מיינען אז די אויבערשטער שיקט א דיזעסטער וכ״ו
די פילם איז א שטארקע קוואליטי, די סצענעס פון די מדבריות און געגנטער וואו ער דרייט זיך, איז אויסצוגיין, מיין משפחה איז געזעצען צוגעגלאט און פון צייט צו צייט געשאסען פאר געלעכטער פון די מאדנע סצענעס.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron