רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחות.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

רעקאמענדאציעס און ריוויוס אויף פילמס געאייגענט פאר משפחות.

שליחה דורך אספקלריה »

איך האב נאכנישט געטראפען דא קיין אשכול פאר מאוויס פאר פאמיליע צייט,און דיע טעג קען אונז אלע דאס נוצען, און אז מקוקט פארוואס זאל מען נישט קוקען זאכען וואס ברענגט ארויס גוטע נקודות, און גוטע געפילען פאר די גאנצע משפחה.
רובא דרובא וואטשט מען דראומא און דאס געווענטליך ברענגט נישט צאם די פאמיליע,סמאכט נאר אזא מצב פון פארטעמטקייט.
איך וועל שרייבען דא אפאר זאכען וואס מהאט געוואטשט ביי מיר,וואס האט געברענגט א אפענקייט און א שמועס, און א ברייטקייט, און די משפחה.
ווער סהאט נאך צושרייבען ביטע מיטטיילען מיטען עולם משום אל תמנע טוב.
1) A place at the Table
א בליק און די לעבן פון 5 ארימע אמעריקאנע משפחות און 5 אנדערע געגנטער, די דאקאמענטרי נעמט אייך אריין און די שטיבער און אין די טעגליכע לעבן פון די משפחות און געגנטער וואס איז נעבעך די גורל פון צענדליגע מיליאנע אמעריקאנע משפחות,סיי פון די ווייסע וואס וואונען און וויסטע געגנטער, צו די שווארצע וואס וואונען און די אורבען געגנטער.
מיינע קינדער זענען געווען איבער גענומען פאר א לאנגע צייט, סברענגט אריין און די משפחה א בליק צו וויסען און פארשטיין אנדערע וואס זענען נישט אזוי גליקלעך ווי אונז,און א געפיל און ווילען צו העלפען אנדערע.
2) Quest for the lost Tribes
אן אינטריסאנטע אורח׳ישע דאקעמענטרי פון אן ישראלישע/קאנאדישע פארשער וואס פארט ארים איבער פארשידענע פרימיטיווע ערטער און די וועלט און עם דאכציך אז ער זעעט און טרעפט שטעט און שבטים פון נ״ך, די קולטורען וואו ער דרייט זיך און די שטעט וואס ער באזוכט איז הפלאדיג,און די רעפרענסעס פון נביא געט א הערליכע צאמשטעל פון ידיעות, פון אמאליגע און היינטיגע קולטורען.
די פראדאסער איז ווערט א לאנגע באשרייבונג, א גאר אינטריסאנטע קערעקטער, ער האט פארשידענע אנדערע פילמס.
מיינע קינדער האבען לאנג דעבאטירט זיינע צאמשטעלן און זיינע השערות,און די גאר אינטרעסאנטע שבטים און ערטער וואו ער האט ארומגעפארען.
איך וועל שרייבען אי״ד בקרוב נאך.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר