פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:25 pm

ווי אסאך אנדערע בין איך ביי דער מיינונג אז פילע טעותים זענען געמאכט געווארן דורכאויס דעם קאראנא קריזיס וואס האבן ביישטייערט צו פילע טויטע. אין דעם זענען הויפטזעכליך אריינגערעכנט וואס איז פארגעקומען אין די שפיטעלער, די רעגירונג רעספאנס, און וויאזוי מיר ווי א געמיינדע האבן רעאגירט. יא, וויאזוי מיר ווי א געמיינדע האבן רעאגירט.

וואס מ'הערט אבער כסדר רעדן איז אונזער אויפברויז אויף די שפיטעלער און אויף טראמפ/קאומא/דעבלאזיא, אבער קיין פיפס הערט מען נישט וועגן דאס אז מיר האבן זיך אויסגעלאכט פון די אריגינעלע ווארענונגען (וואס האט ליידער געקאסט קרבנות), און ווי מיר האבן זינט פסח זיך ווידער גענומען אויסלאכן (וואס האט ב"ה נישט געקאסט קיין קרבנות, ווי עס ווייזט אויס).

איך בין נישט דא נאכאמאל צו מוסר'ן, נאר איך וויל פארשטיין, אין א צייט ווען ס'איז באמת דא וואס מיר ווי א געמיינדע דארף אריינטראכטן און זיך אויסשמועסן כדי צו פארבעסערן אונזער אויפפירונג -- ווער קען אונז מוסר'ן?

אז ס'איז א דרויסנדיגער שרייען מיר באלד אז ער איז אן אנטיסעמיט און מ'טרעפט תיכף ביישפילן פון גוים וואס האבן געטון ענליך, און ממילא האט יענער נישט קיין רעכט אונז צו קריטיקירן. אז ס'איז אחינו ובשרינו, שרייט מען ביסט נעגאטיוו, סעיף העיטינג, פארוואס רעדסטו נישט וועגן פלאסמא, וכו' וכו'.

איז פרעג איך אייך טייערע אידן, ווער קען אונז מוסר'ן?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

Re: פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:03 pm

אזוי ווי איך האב דא געשריבן איז אין סאציאלאגיע בכלל דא אן אישׁוּ איבער ריכטיג אפשאצן און ״לערנען״ א סאָסייעטי. עס קען נישט זיין איינער וואס איז צו נאנט/״אינעווייניג״, וואס גייט זיין צו סאָביעקטיוו, און נישט איינער צו ווייט/״אינדרויסן״, וואס דערקענט נישט די ניואנסן פון די געמיינדע/געזעלשאפט.

דאס קען מען לכאורה אויך צושטעלן לגבי מוסר׳ן און זאגן קריטיק דערויף: עס קען נישט זיין איינער צו נאנט, ווייל ער ׳עט זיין צו סאביעקטיוו דערין (הן אלס סניגור והן אפילו אלס קטיגור ודוק), ווי אויך נישט איינער וואס איז צו אינדרויסן און קען נישט ארויסהאבן די ניואנסן און וועריעבלס/פאקטארן פונעם ארומיגן קאנטעקסט. די פראבלעם איז אז אפילו אויב וועט מען טרעפן אזא סארט ״מיטל״ איינער וועט מען דאך נישט מקבל זיין פון אים/איר מוסר.

ואולי קען מען מיט דעם זאגן אז דאס איז די רמז (שבת נה.) אז די אות ת׳ איז נתהפך געווארן לרעה אצל הצדיקים בזמן חורבן הבית וויבאלד זיי האבן נישט געזאגט קיין מוסר. ווייל די גמרא זאגט דארט אז בעצם וואלט מען נישט מקבל געווען די מוסר פון זיי אפילו זיי וואלטן עס ווען יא געזאגט, אבער דאך וואלטן זיי געדארפט פרובירן. מ׳קען זאגן אז א סיבה פארוואס מ׳וואלט עס נישט מקבל געווען איז מכח זיי ״זענען צו אינעווייניג״ כנ״ל. יעצט, די גמרא זאגט דארט אז מ׳האט גענוצט דעם אות ת׳ ווייל עס איז די סוף פונעם ווארט ״אמת״ ע״ש. יעצט, ״אמת״ איז כידוע אויסגעשטעלט פונעם אנהויב, מיטען, און סוף פונעם א״ב (ועיין להלן בדף קד.). איז דעריבער האט מען אויסגעוועהלט דעם אות בענין (עונש) מוסר וואס איז נישט אינדערמיט, לרמז אז בעצם וואלט מען פון זיי נישט מקבל געווען די מוסר ווייל זיי זענען נישט אינדערמיט וכנ״ל, אבער דאך וואלטן זיי געדארפט פרובירן (למעשה יוּ נעווער נוֺי).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך אספקלריה » פרייטאג מאי 15, 2020 11:04 am

איך מיין אז ס'איז העכסט צייט מיר זאלן זיך אליינס געבן מוסר, און זעען וואס מיר קענען זיך פארבעסערן.

והאלקים עשה את האדם ישר, מ'דארף אריינקוקן אין זיך און זיך שפירן, און אויב א מענטש איז זיך בודק, און לערנט אביסל מוסר, און ער האלט זיך זיינע געפילן אין פלאץ, קען ער אריינקוקען אין זיך און זעען וואס איז ריכטיג וואס זיצט גוט מיט די מענטשן, וואס וועט מיר לאזן זיך אראפלייגן באנאכט אויף מיין קישן, און קענען פילען גאנץ מיט זיך.

וואס וועט מיר לאזן קוקען מיין חבר, שכן, אין די אויגן אריין אן קיין שולד געפילן, וואס וועט מיך לאזן רואיג און זיצען מיט מיר אליינס, אן דארפן אנטלויפן און עסקעיפן פון זיך אליינס.

די גרעסטע מוסר פון א מענטש איז ווען ער קען נישט זיצן מיט זיך אליינס און ער זעהט זיך לויפען צו אן עסקעיפ, אין אזא מצב דארף זיך א מענטש אראפזעצן און זיך אויסשמועסן מיט זיין סובקאנציעס מיינד, און זעהן פארוואס קען ער זיך נישט פארנעמען.

איך מיין אז ס'העכסט צייט איינצוזעען אז "אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים", ס'איז ליידער נישט דא ווער ס'זאל זאגן, אונז זעמיר אין א דור פון שוואכע פערזענליכקייטן, ס'פעלט מענטשן וואס שפירן דעם אמת און זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר דעם, ממילא ברויך מען אליינס זיך נעמען.

ווער ס'לערנט דף היומי, מ'האט לעצטענס געלערנט א גמרא אין במה אשה, אמר ר"ל שני ת"ח המדגילים זא"ז בהלכה הקב"ה אוהבן, זאגט רש"י אזוי, מדגילין "אספין זה את זה ואומרים בא נלמוד ונבין בין שנינו הואיל ואין לנו רב ללמדנו", די רש״י האט מיר געציפט! ס'איז דא אמאל וואס מ'ברויך איינזעהן אז ס'איז נישטא פון וועם צו לערנען און מ'ברויך צוזאמען לערנען.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג מאי 25, 2020 11:26 am

אין א גאר אינטערעסאנטן און וויכטיגן פראפיל אויף הר"ר יעקב קארנבלו, ווערן די דאזיגע מורא'דיגע רייד פון ר' יעקב ציטירט:

Since I started working as a journalist in 2012, writing for liberal Haaretz no less, I would often hear a lamenting refrain: “But why did you have to take this to a secular publication? Why can’t you keep this inside?”

Alas, there is no place to practice serious journalism “inside.” There is not a single independent Orthodox publication in the United States that would allow a serious critique of an Orthodox institution or practice — the kind that pains you to write, the kind that you lose sleep over, the kind that involves actual questions of those in power.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

Re: פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מאי 25, 2020 4:41 pm

IMG_6976.jpg


נעכטן האט דאס הרב דר. סליפקין געשריבן דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

Re: פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 25, 2020 4:48 pm

העניך האט געשריבן:אין א גאר אינטערעסאנטן און וויכטיגן פראפיל אויף הר"ר יעקב קארנבלו, ווערן די דאזיגע מורא'דיגע רייד פון ר' יעקב ציטירט:

Since I started working as a journalist in 2012, writing for liberal Haaretz no less, I would often hear a lamenting refrain: “But why did you have to take this to a secular publication? Why can’t you keep this inside?”

Alas, there is no place to practice serious journalism “inside.” There is not a single independent Orthodox publication in the United States that would allow a serious critique of an Orthodox institution or practice — the kind that pains you to write, the kind that you lose sleep over, the kind that involves actual questions of those in power.
שוין נישט ממש, ס'איז דא @דער וועקער .

אבער וועכענטליכע אדער חודש'ליכע איז טאקע נאכנישט דא.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט