בלאט 1 פון 1

מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:45 pm
דורך העניך
אין די מינוטן האט עליסאן דזשאסעפס געענדיגט א לייוו אינטערוויו מיט א חסידישע פרוי מרת פייגא לאה לאנדא, איבער אירע באציאונגען מיט אירע קינדער וועלכע זענען אוועק פונעם פרומען לעבנסשטייגער. כ'וויל בעטן יעדן וואס האט 50 מינוט זאל אויסהערן דעם הייליגן שמועס.

עס איז אומגלויבליך דאס קוראזש פון א חסידישע פרוי ארויסצוקומען ברבים און דערקלערן אז זי האט ליב אירע קינדער, אפגעזען פון דעם וועג וואס זיי האבן געקליבן פאר זיך, און אז זי באטראכט זיי נישט ווי קיין דורכפעלער. זי רעדט וועגן א ליבליכע אידישקייט וואס פארשטייט אז נישט יעדנ'ס תכונות הנפש זענען די זעלבע.

זי האט מסביר געווען אז נאכ'ן קריג האט מען געוואלט צוריקבויען אידישקייט, און אלס רעזולטאט האט מען עס געמאכט גאר שטרענג, פשוט פאר סורווייוועל. אבער עס איז צייט זיך אומצוקוקן און זען אז עס זענען דא נאך וועגן וויאזוי אנצוקוקן די תורה.

איך קען נאר זאגן פאר מרת לאנדא, כה לחי! דו ביסט א סעמפל וויאזוי א אידישע טאכטער דארף אויסזען. שטארק, קאנפידענט, נפשיות'דיג געזונט, קוראזשפול, און מיט א תורה וואס ברענגט ליבשאפט, נישט שנאה.

מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!