ווען די רבי באוויינט די סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווען די רבי באוויינט די סיסטעם

הודעהדורך פארשטאנד » דינסטאג מאי 19, 2020 10:01 am

זעלטן וואס מיר קענען אריינקוקן בתוך תוכיות אין די הויפטקוואטירן פונעם 'סיסטעם' (אגב, א טערמין וואס איך גלייך בכלל נישט…), מאכטצעך אבער ווען ווען א רבי מיט א ברייטערע שפראך צערעדט זיך, גיסט זיך אויס זיין הארץ אויף די מצב, און מ'באקומט א ערנסטע בליק אריין אין די סיסטעמ'ס מהלך המחשבה.

אט אזא געלעגענהייט האט זיך געמאכט ביי אדמו"ר מהר"א די פארלאפענע ל"ג בעומר, ווי די רבי האט ברייט באוויינט די מצב, אבער אנשטאט ציטירן גאנצע שטיקער, באהעפט איך (איז דאס א אידישע טערמין?) די דב"ק במלואו.

עטליכע שטיקלעך זענען באזונדער ווערט א דיסקוסיע, למשל ווי די רבי רעדט זיך אפ אויף מקוה, און די טעם דערביי, 'ערלי מנינים' שבת ביינאכט, כשר'ע ענטערטעימענט 'אויף די כלי', ועוד, די עיקר איז די כלליות'דיגע 'ספיריט' פון וואס עס באדערט דעם רבי'ן שליט"א.

(אגב מערקט ווי די רבי טוישט פון ביינאכט צו צופרי פון 'חבר'טורענס' צו 'פרענדס'...)
בייגעלייגטע פיילס
לג בעומר תשפ.pdf
(301.25 KiB) אראפגעלאדנט 213 מאל
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקלעכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 19, 2020 10:40 pm

אין א צייכן ווי ווייט דאס וואס מיר שרייבן אויפן אינטערנעט קומט אן: אויף זייט 3 דערמאנט דער רבי דעם ווערטל וואס עס האט צוערשט געשריבן אויף טוויטער ידידינו @קטלא קניא, און ער איז דן אין זיינע ווערטער...
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10032 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 20, 2020 2:16 am

פארשטאנד האט געשריבן:(אגב מערקט ווי די רבי טוישט פון ביינאכט צו צופרי פון 'חבר'טורענס' צו 'פרענדס'...)


ווען ער דארמאנט חבר'טורען, זאגט ער עס אין שורה מיט חבר פון א בחור, אלס א חבר אדער חבר'טורען, און ס'שטימט...

דרך אגב, צו מ'האלט פון זיינע פריאריטיס אדער נישט, דאך איז עס אן אחריות'דיגע בליק אויף פאראויס בנוגע די מצב פון די קינדער, בחורים וגם בתולות, וואס ווערען מחונך מיט א טעגליכע סדר און מסגרת, און יעצט האט דאס געפעלט פאר צוויי חדשים. ס'קומט עם א לייק פאר אויפמערקזאם מאכן די מחנכים וועגען דעם אישו, א זאך וואס אסאך פון אונז, אדער אונזער מנהיגים, האבן נאך נישט אדרעסירט.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 20, 2020 6:27 am

עס דרייט זיך א דרשה פון א היימישע עדיוקעישען עקספערט און דאקטאר, שמואל מאנדעלמאן, ווי ער רעדט אויס דער ענין בפרטות. ער רעגט זיך אביסל צופיל לדעתי, אבער ער האט דארט גוטע פאוינטס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9148
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8615 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט