ליפא האט געשריבן:נישט דא קיין 15 קאראנא טויט פעלער אין קרית יואל אין די העכער 60 יארן.
ראובן האט געשריבן:אנשטאט קרית יואל זאל באגראבן 4 מענטשן פונעם קאראנא-ווירוס, האט זי באגראבן 15, רחמנא ליצלן. 11 מענטשן וואס זענען שוין נישט בין החיים וואלטן מעגליך געווען יעצט געזונט און פריש, ווען נישט אונזער לייכטזיניגקייט.
קאך_לעפל האט געשריבן:זייער שיין. און א ישר כוח.
עס עגבערט מיר נאר, פארוואס דארף איינער שולדיג זיין? ס'מאכט זיך ס'זאל זיך נישט מאכן בייזע ווינטן, שווערע פייערן און יא! אויך עמפעדעמיעס! ס'איז אן אקט פון ג-ט, און ס'איז גארנישט דא וואס מ'האט געקענט טאן. ס'איז זייער גרינג היינט צו זיין א חכם, ווען מ'פארמאגט די דאטא און אינפארמאציע, וואס מ'האט נאך דאן אין יענע צופארענע טעג נישט פארמאגט. כינע האט געהאלט די וועלט אין די טינקל. לאמיר לעבן פאזעטיוו און אביאקטיוו. כ'פארשטיי ס'איז שווער, ווארים ווען מענטשן ליידן גלייכט מען צו צייגן די פינגער אויף עמיצער וואס איז אנגעבליך שולדיג... ס'איז ליידער געווען אן אונטערגאנג, און דאס איז די ענדע....
פאליטיקאנט האט געשריבן:ראובן האט געשריבן:אנשטאט קרית יואל זאל באגראבן 4 מענטשן פונעם קאראנא-ווירוס, האט זי באגראבן 15, רחמנא ליצלן. 11 מענטשן וואס זענען שוין נישט בין החיים וואלטן מעגליך געווען יעצט געזונט און פריש, ווען נישט אונזער לייכטזיניגקייט.
ס'איז שווער צו ציען סטאטיסטישע מסקנות פון אזוינע קליינע ציפערן (נישט אין די הונדערטע אדער טויזענטע) אבער איך קען צולייגן אז שמועסנדיג מיט די גויטע און אנדער אין די ספאנישע קאמיוניטי האט קיינער נישט געהאט צו דערציילן איבער א קרוב וועלכע איז געשטארבן, וואס ליידער ביי אונז איז נישט שייך צו זאגן (קען זיין זיי האבן פשוט נישט אזויפיל עלטערע).קאך_לעפל האט געשריבן:זייער שיין. און א ישר כוח.
עס עגבערט מיר נאר, פארוואס דארף איינער שולדיג זיין? ס'מאכט זיך ס'זאל זיך נישט מאכן בייזע ווינטן, שווערע פייערן און יא! אויך עמפעדעמיעס! ס'איז אן אקט פון ג-ט, און ס'איז גארנישט דא וואס מ'האט געקענט טאן. ס'איז זייער גרינג היינט צו זיין א חכם, ווען מ'פארמאגט די דאטא און אינפארמאציע, וואס מ'האט נאך דאן אין יענע צופארענע טעג נישט פארמאגט. כינע האט געהאלט די וועלט אין די טינקל. לאמיר לעבן פאזעטיוו און אביאקטיוו. כ'פארשטיי ס'איז שווער, ווארים ווען מענטשן ליידן גלייכט מען צו צייגן די פינגער אויף עמיצער וואס איז אנגעבליך שולדיג... ס'איז ליידער געווען אן אונטערגאנג, און דאס איז די ענדע....
מ'האט שוין דאן יא געהאט אינפארמאציע סיי פון כינע און נאכמער פון איטאליע, און מנהיגים, אלס..... מנהיגים, וואלטן זיך געדארפט שטארק נאכפרעגן ביי די וואס ווייסן די סארט זאכן (חוץ פון די איבערגעקייטע טענה אז געוויסע רבי'ס האבן זיך אליין יא באשיצט).
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
במדבר האט געשריבן:איך בעט אייך טייערע ערעב @פליישיג: האנדעלט אייך איין חזו"א שיעורים; פון לעבער, מייערן און צוויבל, מאכטס דערויף סמיכה, און זייט זוכה צו... תורת איי-וועלט ויראת "כלבים".
------
מ'גייט אייך נישט דא צענזורירען, מיר שעצן די פרייהייט פון אייער אויסדריק, ביטע שעצט עס אויכעט!
פליישיג האט געשריבן:While we're at it וואלט איך געוואלט עפענטליך זיך שטארק באדאנקען בשם כל ישראל אונזער @ראובן פאר'ן אויפמערקזאם מאכן דעם עולם נאך איידער די רבנים און נאך איידער אונזערע שטאטישע טאטעס איבער דעם גרויסע סכנה וואס איז שפעטער טאקע אנגעקומען.
עס שטייט מיר נאך פאר די אויגן, דער מראה ווי ראובן האט ווי אימער עס איז געזען געווארן א ילוד אשה, איז ער צוגעלאפן און מסביר געווען די סכנה וואס קומט. ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין הויז און נישט ארויס פון דארט פון ראש חודש אדר ביז כ'ווייס ווען...
טו מיר א טובה ראובן, נישט דו, נישט איך, און רובא דרובא מענטשן, כולל אונזערע פירער און אדווייזערס האבן באגריפן די סכנה וואס עס הערשט.
טאמער פילסטו אז דער אשכולות מאכן דיר פילן בעסער, דאן קענסטו גיין מאכן א קאווער סטארי אויף די נעקסטע וועקער, (וואס כידוע איז שוין זייט וועלט איז וועלט, איז אזא גוטע אויסגאבע נישט געווען) און קענסט אפירזוכן א מגולח וואס רעדט אידיש, און לאז מסביר זיין די שרעקליכע סכנה פון אונזערע מנהיגים.
נישט דו, נישט איך, און רובא דרובא מענטשן, כולל אונזערע פירער און אדווייזערס האבן באגריפן די סכנה וואס עס הערשט. .
דאס אז ס'איז למעשה נישט געווען אזויפיל פאטאליטעטן מיינט נישט אז זיי האבן געטון ריכטיגע שריט.אישתישבי האט געשריבן:טאמער געדענק איך גוט האט ראובן שטארק קריטיקירט דער רב פין באבוב 48 פאר פירען טיש פורים. לויט ווי איך הער איז אין באבוב 48 קען מען ציילען אויף איין האנט אלע וואס זענען געשטארבן אין דער מגיפה.
זעהט אויס אז עס האט נישט מיט דעם אזוי ווייט.
אישתישבי האט געשריבן:טאמער געדענק איך גוט האט ראובן שטארק קריטיקירט דער רב פין באבוב 48 פאר פירען טיש פורים. לויט ווי איך הער איז אין באבוב 48 קען מען ציילען אויף איין האנט אלע וואס זענען געשטארבן אין דער מגיפה.
זעהט אויס אז עס האט נישט מיט דעם אזוי ווייט.
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אז ס'איז למעשה נישט געווען אזויפיל פאטאליטעטן מיינט נישט אז זיי האבן געטון ריכטיגע שריט.אישתישבי האט געשריבן:טאמער געדענק איך גוט האט ראובן שטארק קריטיקירט דער רב פין באבוב 48 פאר פירען טיש פורים. לויט ווי איך הער איז אין באבוב 48 קען מען ציילען אויף איין האנט אלע וואס זענען געשטארבן אין דער מגיפה.
זעהט אויס אז עס האט נישט מיט דעם אזוי ווייט.
דאס פירן טיש איז זיכער געווען שטארק אומ'אחריות'דיג און היפאקריטיש.
וואס @ראובן, אדער עני יחיד, האט געטוהן אדער נישט געטוהן איז לגמרי אירעלעווענט צום שמועס דא, און איז אין בעסטן פאל אן עד האמינעם אטאקע. דא רעדט מען פון די מנהיגים, וואס ביי זיי דארף זיך ״די בּאָק צו סטאַפּן״. דעריבער, אויב ווילסטו פארטיידיגן די פירערשאפט קענסטו טאקע דן זיין צו זיי האבן געטוהן גענוי די זעלבע ווי די אלגעמיינע פירערשאפט צו בעסער צו ערגער.פליישיג האט געשריבן:While we're at it וואלט איך געוואלט עפענטליך זיך שטארק באדאנקען בשם כל ישראל אונזער @ראובן פאר'ן אויפמערקזאם מאכן דעם עולם נאך איידער די רבנים און נאך איידער אונזערע שטאטישע טאטעס איבער דעם גרויסע סכנה וואס איז שפעטער טאקע אנגעקומען.
עס שטייט מיר נאך פאר די אויגן, דער מראה ווי ראובן האט ווי אימער עס איז געזען געווארן א ילוד אשה, איז ער צוגעלאפן און מסביר געווען די סכנה וואס קומט. ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין הויז און נישט ארויס פון דארט פון ראש חודש אדר ביז כ'ווייס ווען...
טו מיר א טובה ראובן, נישט דו, נישט איך, און רובא דרובא מענטשן, כולל אונזערע פירער און אדווייזערס האבן באגריפן די סכנה וואס עס הערשט.
טאמער פילסטו אז דער אשכולות מאכן דיר פילן בעסער, דאן קענסטו גיין מאכן א קאווער סטארי אויף די נעקסטע וועקער, (וואס כידוע איז שוין זייט וועלט איז וועלט, איז אזא גוטע אויסגאבע נישט געווען) און קענסט אפירזוכן א מגולח וואס רעדט אידיש, און לאז מסביר זיין די שרעקליכע סכנה פון אונזערע מנהיגים.
ראובן האט געשריבן:ביטע לאזן דעם אשכול אויף די פאקטישע אנאליזן און ציפערן.
יואליש האט געשריבן:I think using the statewide population as the denominator dilutes the ratio arbitrarily. Not all NY areas saw equal outbreaks. Populated areas like NYC metro area should be analyzed independent of, say, the Adirondack.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט