יישר כח פאר החכמים @ראובן און @יידל פאר די ציפערן און אנאליזען. זייער א אינטערעסאנטע נושא וואס מ'ברויך דורכטון בעיון פאר מ'קען מאכען מסקנות און ארויפלייגען באשולדיגען.
לעצם של ענין, האב איך אביסעל נאכגעקוקט די ציפערן און מברויך נאך עס דורכטון. צו מאכען גרינגער האב איך געטון די נומבערס פון 65 און העכער וואס אויף דעם איז דא מער דאטא ווייל דעמאלץ איז מען אפיציעלע סיניער.
פון די צענזוס וועבזייטעל קוקט אויס אז די לעצטע מאל מ'האט געציילט איז דא אין קרית יואל 510 יודען העכער 65. אין די
אייוועלט אשכול (א געוואלדיגע ארבעט אגב) שטייט אויסגערעכענט 18 יודן פון ק"י וואס זענען אוועק במשך די קראנע תקופה. צווישען זיי זענען דא צען מענטשען העכער 65 ואלו הן:
1) מרת שרה פייערווערקער ע"ה אלמנת ר"י (101 – סאטמאר) ק"י
2) הרב משה אפרים שטיינמעטץ ז"ל ( 69 – סאטמאר) ק"י*
3) הרב אברהם יעקב פאזען ז"ל (72 - סאטמאר) ק"י*
4) מרת שרה רבקה פילאפף ע"ה אשת ר' חיים בעריש נ"י (69) ק"י*
5) הרב ראובן וויינבערג ז"ל (97) ק"י
6) מרת פערל פאלקאוויטש ע"ה אל' ר' אפרים ז"ל (97 - סאטמאר) ק"י
7) הרב יצחק חיים פריינד ז"ל (67 – סאטמאר) ק"י* (תימן)
8) הרב אליעזר נייהויזער ז"ל (71 – סאטמאר) ק"י*
9) מרת סימא סאסא איידליס ע"ה אשת ר' משה חיים הי"ו (65) ק"י*
10) מרת סערל פאלקאוויטש ע"ה אשת הרה"ח ר' הערשל שליט"א (90 – סאטמאר) ק"י
אויב זענען די אלע אוועק פון קראונע איז עס 2% פון מענטשן העכער 65. למעשה דער כותב אויף אייוועלט האט צוגעלייגט א שטערנדעל ביי די וואס זענען אוועק פון קראונע. אויב רעכענט מען נאר די שטערנדלעך, בלייבען מיר איבער מיט 6 אידן אוועק פון קראונע העכער 65. וואס איז בערך 1% פון 510. בפרט אויב ס'איז לכאורה צוגעקומען נאך א צאל 65+ יודן אין די לעצטע יאר צוויי זינט מ'האט גערעכענט די ציפערן.
דאס איז ברור אז מ'ברויך רעכענען לויט די רעיט פון ניו יארק סיטי, נישט לויט די ארימיגע שכנים, ווייל ס'איז טעגליך דא הונדרטער יודן וואס גייען פון מאנראו צום שטאט און צוריק, בפרט פורים ווען מ'פארט פון איבעראל צו איבעראל און אלע חסידישע געגענטער איז ווי איין גרויסע געגענט.
@ראובן האט אויבן געזאגט אז די רעיט אין נ. י. ס. פאר 65+ איז 1%. כ'ווייס נישט פין ווי די ציפער קומט אבער אויב איז עס אקוראט קומט אויס אז די קרית יואל'ע ציפערן זענען אומגעפער די זעלבע ווי ני"ס.
דאס זאגט מיך נישט אז ראובן'ס חשבון איז נישט גיט, נאר אז די נומערען זענען דערווייל נאך נישט קלאר. מ'דארף נאך נעמען אין באטראכט א סך זאכען. קודם כל איז די וויירוס נאכנישט פאריבער, און מ'קען נאכנישט שאצען מיט קלארקייט. צווייטענס דארפען מיר מברר זיין פונקלעך וויפיל פון די קרית יואל'ע יודן זענען אוועק פון קראונע. דריטענס דארפען מיר וויסען אז אין א היימישע שטעטל ווייסט מען פון יעדע טויט. משא"כ אין די אלגעמיינע גאס פארצייכענט מען נישט יעדע טויט. אנאליסטען זאגען אז די אפיציעלע ציפערן פון קאוויד אומגעקומענע און ניו יארק איז אונטערגעשאצט, ווייל אפילו מ'רעכענט אריין אלע נומבערס בלייבט נאך אלץ איבער א העכערע צאל ווי נארמאל טויטע (דאכציך פיר טויזענט מער ווי נארמאל, גאנץ א גרויסע נומבער).
בקיצור, ס'איז דא אסאך אומקלארקייטן דא. כ'מיין אז די בעסטע מהלך וואלט געווען צו צאמרעכענען די excessive deaths פון ניו יארק סיטי, דהיינו וויפיל מענטשען זענען געשטארבען מער ווי נארמאל, און די זעלבע ראטע פאר די היימישע בת החיים'ס, און זען ווי עס איז דא מער excessive deaths ווי געווענליך. וכולי האי ואולי.