ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפערן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הקטן » זונטאג יוני 07, 2020 10:03 pm

ראובן האט געשריבן:איך האב באקומען ברעיקינג ניוס נאטיפיקאציעס דערוועגן פונעם ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאסט. וועמען מיינסטו מיט 'מידיע'?


ראובן האט געשריבן: דאס איז נישט סתם באריכטעט געווארן אינעם טיימס און אינעם פאוסט, נאר זיי האבן ארויסגעשיקט א נאטיפיקעישאן פאר אלע וואס האבן זייער עפפ

ביסט גערעכט, דאס טוען זיי נאר מיט גרויסע ברעיקינג ניוז נייעס.
און זיי האבן אויך פארשטאנען אז דאס איז באמת א "באם-שעל"! און מען קען דאס נישט באהאלטן, און געמיזט מעלדען ככפו שד, און נישט פאברענגט אויף דעם קיין גאנצע צוויי מעניט


איז וואו קימט דאס אז MSNBC האט דאס אינגאנצען פארזען?!?


מן הסתם זעה איך נאר וואס איך וויל...

דאס וואס די ווילסט פארענפערן אז דעמאלטס איז דאס געווען אקעגען טראמפ, פארדעם האט מען געהאמערט דערמיט, משא"כ יעצט, מאכט גראדע אסך סענס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 08, 2020 5:30 am

אנטשולדיגט @הקטן אבער רמגומה אז די לויפט אין סירקלס.
זיי האבן עס יא געמאלדן און האסט עס אליין געזען, ניין?

פרעגסטו א קשיא אז אויף msnbc האסטע עס נישט געטראפן?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך מי אני » זונטאג יולי 05, 2020 11:08 am

עס זעהט אויס ווי עס איז נאך אלס נישט דא קיין געהעריגע מעדיצינישע קאנסענסוס איבער הידראקסיקלאראקווין נגד קאָוויד-19. די לעצטיגע שטודיע האט יא געצייגט אז עס איז (סטעטיסטיקעלי סיגניפיקענט) הילפבאר (עכ״פ ווען זיי האבן נישט קיין הארץ פראבלעמען פון פריער, און ווען מ׳הייבט אן דאס באנוץ גענוג פרי אנדערש ווי, למשל, אין די שטודיע ווי עס האט זיך אנגעהויבן שפעטער). הגם, ענליך צו די ערשטע שטודיע דערויף פון פראנקרייך, איז דאס נישט געווען רענדאמייזד אדער ״בלינד״ (עס דארף באטאנט ווערן אז די זעלבע/ענליכע לימיטעישאנס זענען אויך געווען ביי שטודיעס וואס האבן נישט געצייגט אויף די בענעפיט דערפון).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1662
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יולי 05, 2020 11:28 am

דערווייל איז יעדע שטודיע געווען ריגגעד. אפאר פון זיי במזיד, וואס האבן שפעטער געדארפט צוריק ציען מיט בזיונות. אנדערע האבן עס אזוי אויסגעשטעלט צו שטודירן א קלאס וואס גייט זיכער צייגן אויף שלעכט,ווי למשל נאר געבן אין שפיטאל אויף כמעט טויטע מענטשען וכו', די שאלה וואס פרעגט זיך איז פארוואס לאזט מען נישט צו קיין נארמאלע שטודיע???
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יולי 05, 2020 11:59 am

@מי אני,
בנוגע רענדאמייזד און ״בלינד״ ביסטו נאר האלב וועגס גערעכט, ווייל די טטאדי איז געווען Multi-center retrospective observational study -
ס'איז "בליינד" און "רענדעם" און די סענס אז קיינער האט נישט געוויסט פארדעם ווער גייט יא אדער נישט באקימען הידראקסיקלאראקווין, און די סאבדשעקטס זענען גענימען גאווארן פין א רענדעם פאל לאחר המעשה, און די ריזאלטס רעדען פאר זיך אליין!!

די סטדיס וואס האבן נישט געצייגט די בענעפיט'ס פין הידראקסיקלאראקווין איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די סטאדי, ווייל דא רעדט מען פין אן אנדער סארט פאפעלעשען, (מער אנפאנג די מחלה און אן אנדערע פראפלעמען) ביידע קענען זיין אמת

יעצט ווארט מען נאר צי זען וואו די מידע וואס זיכט פשוט צי ראטעווען אינזער לעבן וועט דאס אנפאנגען צי שטיפן פאר מענטשען וואס האבן נישט קיין הארץ פראבלעמען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 14, 2020 9:18 am

טראמפ דירענדשמענט סינדעראם געקאסט לעבענס!

hcq-helps-contain-covid-19-cases-new-evidence-and-a-major-retraction

Also on Friday, Retraction Watch reported that The Lancet, the prestigious Britsh medical journal — had quietly retracted and replaced an anti-HCQ editorial by Christian Funck-Brentano it had published in May.


a-month-after-surgisphere-paper-retraction-lancet-retracts-replaces-hydroxychloroquine-editorial
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יולי 14, 2020 10:21 am

ראובן האט געשריבן:כפי השמועה האבן די אנטי-באדי טעסטס וואס זענען דורכגעפירט געווארן דורך דער וויליאמסבורגער ODA, און אזוי אויך די טעסטס פון קהילת באבוב אין בארא פארק, געוויזן אז 70% פארמאגן אנטי-באדיס -- דאס איז 3.5 מאל אזוי סך ווי די שטודיעס האבן געוויזן פאר ניו-יארק אין אלגעמיין. דאס שטימט ממש גענוי מיט אונזערע מסקנות אז אין קרית יואל זענען געשטארבן 3-4 מאל אזויפיל עלטערע מענטשן ווי אין ניו יארק אין אלגעמיין.


איך האב ערשט יעצט געזען דעם הודעה, איך מיין אז עס איז נישט אמת, די שטודיעס פאר ניו יארק אין אלגעמיין וואס האבן געוויזן בערך 25% פאר די סיטי , איז געווען רענדאמיינזד, ביי די מענטשן וואס זענען אליינס געגאנגען נעמען טעסטס זענען די נאמבערס סאך העכער, ערגעץ האב איך געליינט אז עס איז 40-50% , איך קען עס נישט יעצט טרעפן.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 8:58 am

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך חתן בחור » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 9:25 am

הקטן האט געשריבן:טראמפ דירענדשמענט סינדעראם געקאסט לעבענס!

hcq-helps-contain-covid-19-cases-new-evidence-and-a-major-retraction

Also on Friday, Retraction Watch reported that The Lancet, the prestigious Britsh medical journal — had quietly retracted and replaced an anti-HCQ editorial by Christian Funck-Brentano it had published in May.


a-month-after-surgisphere-paper-retraction-lancet-retracts-replaces-hydroxychloroquine-editorial
די ראדיקאל לינקע וועלן הרג׳נען מענטשן אבי צו מאכן טראמפ אויסזעהן שלעכט. צענדליגע טויזענטער אמעריקאנער גע׳הרג׳עט פאר פאליטיק.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך בוטן » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 2:31 pm

viewtopic.php?f=4&t=14082
ס'איז א שותפות פון לייכטזיניגע פערזאנען, מיט דווקא'ניקעס וואס האבן וועלקאמט דעם מגיפה לכתחילה.

אבער אז מ'רעדט שוין, האב איך געהאט א געשיכטע געציילטע וואכן צוריק, ווען א יונגערמאן האט געעפענט דעם מקוה טיר ברייט אפען, ווייל לדעתו איז נישטא קיין לופט אין מקוה צוליב די פולע קאלארין וואס דער בעדער לייגט אריין... ווי פארשטענדליך ווייל א חלק עולם שויערט זיך נישט...
הכלל, איך האב געשפירט אומבאקוועם, אז די טיר איז אפען גראד אקעגן די קאווע שטיבל, ווי כ'זיץ און זיפ מיר א קאפי. און כ'האב פארקלאפט דעם טיר.
קומט דער יונגערמאן צו לויפן און שרייעט מיר; אכזר! ס'נישטא קיין לופט אינעווייניג, און דו דערשטיקסט דעם עולם דארט...
האב איך עהם אפגע'ענטפערט - עפעס וואס כ'ווארט שוין אפאר חדשים יענעם צו זאגן;;
ווער איז דער אכזר?? ווער האט 'מנדב געווען'' זיין בעיסמענד פסח צייט, פאר עלטערע יודען - דרייסיג אין צאל - צו דאווענען צוזאמען דארט שחרית מנחה מעריב??? נישט דו???~ הא???
רוצח! עטליכע יודען פון יענע מנין לעקן יעצט ערד...

און איך בין גאר א אכזר???...
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:26 pm

ביטע האלט זיך צו דער נושא פון מיין אשכול.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:50 pm

ראובן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:-evidence-suggests-it-is-relatively-safe
ביטע האלט זיך צו דער נושא פון מיין אשכול.


אנטשאלדיגט ראובן פאר פארדרייען דיין אשכול, ס'דא לכה"פ 10 תגיבות און דיין אשכול וואס זענען דן ריין איבער hydroxychloroquine, לאז לעבן
אפשר געדארפט דאס לייגן אין קאנטעקטס, נישט סתם א לינק




מי אני האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:און טאמער נעמט מען נאך אן אז היידראקסיקלאראקווין ..., וויבאלד ביי זיי האט מען דאס לכאורה מער פּרעסקרייבּט און דאך איז די ראטע העכער.

נו שוין, זיכער זענען דארט מענטשען געשטראבען וואו פליגען!

סטאדיס ווייזן אז היידאקסיקלאראקווין איז זייער זייער שעדליך, סדא ציפערן

ס'זעהט אויס אז ס'טאקע אזוי. די שטודיע, וואס איז אדורך-געפירט געווארן דורך די דאטא געזאמעלט פון 96,032 קאוויד-19 פאציענטן איבער 631 שפיטעלער איבער די וועלט, טוהט צייגן אז היידראקסיקלאראקווין טוהט נישט סטאטיסטיש אויף, און אפשר גאר אפ פאר קאוויד-19 פאציענטן (עכ"פ אויב דארפן זיי שוין אנקומען אין שפיטאל).

דאס ווארפט אפ מיין טענה דא.



מי אני האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי עס איז נאך אלס נישט דא קיין געהעריגע מעדיצינישע קאנסענסוס איבער הידראקסיקלאראקווין נגד קאָוויד-19. די לעצטיגע שטודיע האט יא געצייגט אז עס איז (סטעטיסטיקעלי סיגניפיקענט) הילפבאר (עכ״פ ווען זיי האבן נישט קיין הארץ פראבלעמען פון פריער, און ווען מ׳הייבט אן דאס באנוץ גענוג פרי [size=85]אנדערש ווי, למשל, אין די שטודיע ווי עס האט זיך אנגעהויבן שפעטער). הגם, ענליך צו די ערשטע שטודיע דערויף פון פראנקרייך, איז דאס נישט געווען רענדאמייזד אדער ״בלינד״ (עס דארף באטאנט ווערן אז די זעלבע/ענליכע לימיטעישאנס זענען אויך געווען ביי שטודיעס וואס האבן נישט געצייגט אויף די בענעפיט דערפון).


קורקלענד האט געשריבן:דערווייל איז יעדע שטודיע געווען ריגגעד. אפאר פון זיי במזיד, וואס האבן שפעטער געדארפט צוריק ציען מיט בזיונות. אנדערע האבן עס אזוי אויסגעשטעלט צו שטודירן א קלאס וואס גייט זיכער צייגן אויף שלעכט,ווי למשל נאר געבן אין שפיטאל אויף כמעט טויטע מענטשען וכו', די שאלה וואס פרעגט זיך איז פארוואס לאזט מען נישט צו קיין נארמאלע שטודיע???


ראובן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די שטודיע, וואס איז אדורך-געפירט געווארן דורך די דאטא געזאמעלט פון 96,032 קאוויד-19 פאציענטן איבער 631 שפיטעלער איבער די וועלט, טוהט צייגן אז היידראקסיקלאראקווין טוהט נישט סטאטיסטיש אויף, און אפשר גאר אפ פאר קאוויד-19 פאציענטן (עכ"פ אויב דארפן זיי שוין אנקומען אין שפיטאל).

דאס ווארפט אפ מיין טענה דא.

מ׳האט צוריקגעצויגן פון די שטודיע.

און די מידיע איז שאא שטיל

איך האב באקומען ברעיקינג ניוס נאטיפיקאציעס דערוועגן פונעם ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאסט. וועמען מיינסטו מיט 'מידיע'?



[/size]
hydroxychloroquine-evidence-suggests-it-is-relatively-safe
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:00 pm

דו ביסט דער וואס טרייבט דעם שמועס צו דעם זאלענקא-טראמפ מעדיצין, און וועקט כסדר אויף דעם אשכול פאר דעם צוועק. ביטע עפן אויף אן אייגענעם אשכול פאר דעם מעדיצין. ס'קאסט נישט קיין געלט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 6:08 pm

א באריכט די וואך אינעם ניו יארק טיימס האט געוויזן אז בארא פארק האט געהאט די צווייט-העכסטע אנטיבאדיס ציפערן אין גאנץ ניו-יארק סיטי, 46.8 פראצענט. כ'ווייס נישט גענוי וויאזוי זיי רעכנען "בארא פארק", מסתמא איז דאס די 11219 זיפקאוד. ווי שוין אנגעוויזן פריער, איז דאס נישט קיין גענויע בליק אויף בארא פארק, און עס איז מעגליך אז אויב זאל מען קוקן בלויז אויף דעם אידישן געגנט וואלט מען געטראפן א העכערע ראטע, וואס איז מער אין איינקלאנג מיט די ראטע פון ארום 70% וואס מ'האט געהערט פון די טעסטס וואס זענען געמאכט געווארן דורך היימישע קהילות און קליניקס.

פון די איינציגסטע היימישע מנהיגים וואס האבן גענומען ערנסט די פאנדעמיע איז געווען דער קארלין-סטאלינער רבי. ער האט לעצטנס אויסגעדרוקט זיין וואונדער און ווייטאג, וויאזוי דווקא דער חרדישער ציבור וואס איז מדקדק בקלה כבחמורה איז אזוי גלייכגילטיג ווען עס קומט צו מענטשליכע לעבנס.

"אנו נערכים לימים נוראים בצמצום והגבלות לצערנו לא נוכל להיות כולם יחד, השנה נרגיש בחוש את מן המיצר קראתי קה" סיפר הרבי לחסידים. כידוע בכל שנה אלפי חסידי קרלין מתאספים ביחד, בעבר בבית המדרש ברחוב אבינועם ילין ולאחר מכן באוהלי ענק שנבנו באזור שמואל הנביא.

הרבי מקרלין המשיך ותקף את אלו שלא שומרים על הוראות הבריאות ואמר: "אין לי מנוח מהשאלה הנוקבת היאך אפשר להבין זלזול בחיי אדם דווקא בציבור שלנו בשיוויון נפש כזה. איך אפשר להשלים ולהבין כאלה שמזלזלים בהנחיות, לא שומרים על עצמם ומסכנים אחרים. תראו כמה סובלים בבתי חולים וכמה מתמודדים עם יסורים וכמה שילמו בחייהם".

"אני מצפה ממכם להמשיך לשמור על כל ההנחיות ואין לזלזל בכהוא זה", אמר הרבי לחסידים המצייתים להוראות ולא מסירים את המסכה מפניהם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:53 am

די פאקטן:
א. ס'זענען ביי אונז געווארן פיל מער אנגעשטעקט ווי ביי דער אלגעמיינער פאפולאציע. דאס זעט מען פון דער אסטראנאמיש הויכער ראטע פון אנטיבאדיס.

ב. אין פארגלייך צו דער אלגעמיינער פאפולאציע, זענען ביי אונז פיל ווייניגער געשטארבן אלס א פראצענט פון די אנגעשטעקטע. דאס זעט מען פונעם פאקט אז טראץ דעם וואס מיר זענען געווען אנגעשטעקט 3-4 מאל אזויפיל ווי דער אלגעמיינער פאפולאציע, איז מען נישט געשטארבן ביי אונז מיט אזא הויכער פראפארציע. (חוץ, מעגליך, אין קרית יואל.)

היוצא מזה:
א. מיר האבן געהאט א דורכגעפאלענע פירערשאפט וואס האט איגנארירט די ווארענונגען, און דערפאר האבן מיר געהאט פיל מער אנגעשטעקטע.

ב. אונזערע קראנקע האבן מעגליך געהאט בעסערע מעדיצינישע קעיר, און דערפאר זענען ווייניגער געשטארבן. דאס איז מעגליך צו פארדאנקען די דאקטוירים אין אונזערע לאקאלע שפיטעלער און אונזערע געטרייע הצלה מעמבערס.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:12 pm

ראובן האט געשריבן:די פאקטן:
א. ס'זענען ביי אונז געווארן פיל מער אנגעשטעקט ווי ביי דער אלגעמיינער פאפולאציע. דאס זעט מען פון דער אסטראנאמיש הויכער ראטע פון אנטיבאדיס.

צו דאס איז א גיטע זאך צי נישט, איז אפען-פאר-דיבעט

ראובן האט געשריבן:ביי אונז פיל ווייניגער געשטארבן אלס א פראצענט פון די אנגעשטעקטע...
אונזערע קראנקע האבן מעגליך געהאט בעסערע מעדיצינישע קעיר, און דערפאר זענען ווייניגער געשטארבן. דאס איז מעגליך צו פארדאנקען די דאקטוירים אין אונזערע לאקאלע שפיטעלער און אונזערע געטרייע הצלה מעמבערס.

דאס דארף זייער באגריסט (אדער פארדאמנט) ווערן!!!
די לאקאלע מאנהעטן שפיטעלר, וואו אויך מיימאנעדיס האבן זיך אסך אסך בעסער אפגעגעבן מיט אינז וואו מיט די אלגעמיינע באפעלקעראנג!!!???
געטרייע הצלה מעמבערס האבן אדער יא אדער נישט געקענט אריינטראגן אין שפיטאל, ותו לא מידי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:52 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:30 pm

עס קען אויך זיין אז אונזער דעמגראפיע איז אנדערש. אסאך מער קינדער. אסאך ווייניגער העכער די אכציג (צוליב די שואה, כמעט יעדער איינער העכער אכציג היינט דארף צו זיין אן איבערלעבער).
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3896
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6147 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:44 pm

און אפשר גאר האבן זיך אינזערע העכער די 80 אסך מער געהיטען און דו הויכע צאל פין אנטיבאדיס איז פין די אינגערע
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:23 pm

לעיקוואד האט געשריבן:עס קען אויך זיין אז אונזער דעמגראפיע איז אנדערש. אסאך מער קינדער. אסאך ווייניגער העכער די אכציג (צוליב די שואה, כמעט יעדער איינער העכער אכציג היינט דארף צו זיין אן איבערלעבער).

אונזער דעמאגראפיע איז אינגער, און דאס מיינט אז די טויט-ראטע פון די היימישע געגנטער איז אונטערגעשאצט ווילאנג מ'קוקט נישט אויף די ראטע ספעציפיש ביי די וואס זענען העכער 60. אבער אפילו אזוי וועט די ראטע נישט אנקומען צו 3-4 מאל מער ווי דער אלגעמיינער ראטע, ממילא איז לאגיש אנצונעמען אז מיר האבן פראצענטועל געהאט ווייניגער קראנקע וואס זענען נפטר געווארן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:24 pm

הקטן האט געשריבן:און אפשר גאר האבן זיך אינזערע העכער די 80 אסך מער געהיטען און דו הויכע צאל פין אנטיבאדיס איז פין די אינגערע

קהל שערי ציון דבאבוב האט געטעסט זייערע מיטגלידער פון 65 און העכער, און די אנטיבאדי ראטע איז געווען ארום 70 פראצענט. אויב געדענק איך ריכטיג האט די קהילה אויך געטעסט די בחורים, און צווישן זיי איז די ראטע געווען נאך העכער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:33 pm

הייסט'ס מיר האבן אלס געזאגט אזמיר זענען די צדיקים און שולדיג איז מאימאנידיעס, און דערווייל זעט זיך אויס עפעס אנדערש.

מיר דארפן מער ציפערן און די וויסענשאפט וויאזוי צו מעסטן די ציפערן, אבער אויבענאויף זעט טאקע אזוי אויס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:03 pm

ראובן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אפשר גאר האבן זיך אינזערע העכער די 80 אסך מער געהיטען און דו הויכע צאל פין אנטיבאדיס איז פין די אינגערע

קהל שערי ציון דבאבוב האט געטעסט זייערע מיטגלידער פון 65 און העכער, און די אנטיבאדי ראטע איז געווען ארום 70 פראצענט. אויב געדענק איך ריכטיג האט די קהילה אויך געטעסט די בחורים, און צווישן זיי איז די ראטע געווען נאך העכער.

דארפסט אויך נעמען צי קענטיק וואו skewed די טעסט זענען געווען בשעתו (פאלס פאזעטיוו און נעגעטיוו)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:07 pm

ראובן האט געשריבן:קהל שערי ציון דבאבוב האט געטעסט זייערע מיטגלידער פון 65 און העכער, און די אנטיבאדי ראטע איז געווען ארום 70 פראצענט.

וואו גרויס איז געווען די pool פין העכער 65?
אויב מען מעסט 3 מענטשען און 2 האבן איז די ראטע 75, אבער דאס זאגט גארנישט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:05 am

ראובן האט געשריבן:די פאקטן:
...
ב. אין פארגלייך צו דער אלגעמיינער פאפולאציע, זענען ביי אונז פיל ווייניגער געשטארבן אלס א פראצענט פון די אנגעשטעקטע. דאס זעט מען פונעם פאקט אז טראץ דעם וואס מיר זענען געווען אנגעשטעקט 3-4 מאל אזויפיל ווי דער אלגעמיינער פאפולאציע, איז מען נישט געשטארבן ביי אונז מיט אזא הויכער פראפארציע. (חוץ, מעגליך, אין קרית יואל.)


וואו א טאג קימען אלס די דאקטוירען און סייענטיסטען ארויף מיט זייטיגע געזינט קאנסעקעוונסען פין זיין איינגעשפארט.
אסך דאקטוירים האבן דאס שוין אויך געזאגט דאן, אנדערע האבן אבער געטענעט אז ס'פעלט אויס צי פלעטענען די קוארוו.

זעט אויס אז נישט איינשפארן די אינגערע אזוי שטארק איז וואס האט געהאלפן פאר דעם עם חכם ונבון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:26 am

אלע אנדייטונגען ווייזן אז ביי אונז זענען געשטארבן מער מענטשן אלס א פראצענט פון דער פאפולאציע. כ'זע נישט גענוי וואו "עם חכם ונבון" קומט דא אריין.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron