ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפערן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 3:37 pm

ממש אן עם חכם ונבון!

ווען דער עם חכם ונבון פארשטייט טאקע אנדערש, און צום סוף האט זיך אויפגעוויזן אז זיי זענען גערעכט, און זייער סברות האבן טאקע געשטימט, וועט עס זיין א ראיה.

יעצט אז דער עם חכם ונבון האט גארנישט געטענה'ט, נאר פשוט און גלאט זיך נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו די פראבלעם, ענליך צו די ספרינג ברעיק חיות אין פלארידא, וואס ווייזט דאס אונז? אפילו לו יהא אז די דאקטוירים האבן זיך יא טועה געווען? וואס ווייזט עס? אז דער וואס האט פארמאכט זיין אויגן און געלייגט די פינגער אין די אויערן פארשטייט בעסער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:47 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט אז דער עם חכם ונבון האט גארנישט געטענה'ט, נאר פשוט און גלאט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו די פראבלעם

נא, פאר דעם איז דאך דא קאווע שטיבל און אנדערע בלאגס וואו די טענות אויף ביידע זייטען זענען ריקארדעד
כלל ישראל איז נישט אויף ק"ש אבער א סעמפעל איז דאס

וואו איך האבן געשריבן ס'איז אלץ געווען דאקטוירם וואס האבן געשריגן ס'איז א טעות וואס מען טון, אנדערע דא האבן געזאגט אז "קאמא" -"דיבלאזיא" האבן עקספעריענס און מען דארף הארכן די "עקפערטס"
יעצט בלייבט נאר איבער צי זען ווער איז דער חכם ונבון און ווער איז דא פאר virtue signaling
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:48 am

קוק ביטע אויף די ווידיאוס פון די חברה דארט ביי ספרינג ברעיק (דאס וואס איך האב געזען האט נאר געהאט מענער), און זאג מיר צו די זעלבע גילט ביי זיי אויך.

אגב, לגבי דאס באשולדיגן די שפיטעלער. טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:39 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב, לגבי דאס באשולדיגן די שפיטעלער. טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.
???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:00 pm

וואו א טאג ווערט מער קלאר אז די וואס האבן געקעמפט אויף איינשפארען וואו מער האבן בלוט אויף זייער הענט (זאל זיין בשוגג)

נייע ריסערטש קימט ארויס א יעדען טאג (ניין, נישט אין די מענסטרים מידיע)
new-research-casts-further-doubt-prevalence-asymptomatic-covid-19
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:29 pm

הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב, לגבי דאס באשולדיגן די שפיטעלער. טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.
???


ווייל הרב מיילעך פירער [פארשטייט גוט צו דאקטעריי און] איז זייער מאכטפול אין די מעדיצינישע וועלט אין א"י, ווי אלע דאקטוירים האבן הערכה פאר עם.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך חיים יואל » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 1:20 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.

תיקון טעות.
האברך הר״ר דוד אוברלנדר ז״ל איז איידעם ביי א בעלזער פירר, אבער נישט ביי אלימלך פירר.
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:00 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב, לגבי דאס באשולדיגן די שפיטעלער. טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.
???

ווייל הרב מיילעך פירער [פארשטייט גוט צו דאקטעריי און] איז זייער מאכטפול אין די מעדיצינישע וועלט אין א"י, ווי אלע דאקטוירים האבן הערכה פאר עם.

דאס מיינט אז אפילה מיט VIP service אויב איז באשערט איינעם שטארבן העלפט דאס נישט קיין סך...
א שלעכטער שפיטאל און די קאוויד צייט, ווערט נישט אטאמאטיש גוט ווייל עפעס איינער פירער האט נישט געהאט קיין ברירה און געשיקט זיין איידעם דארט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:01 pm

אויף וואו וואט איך ווייס, רוב פין מיינע חברים האבן זיך געטעסט פאר קאראנא|אנטיבאדיס
מיין שכן די שפאנישע גוי, האט זיך נישט געטעסעט, און ווייניגער פין זיינע חברים האבן זיך געטעסט.


טויט פעלער, ביי אינז - נידריגער!!
יעצט שטעלט זיך אויס ...
it-looks-like-a-lot-of-those-positive-covid-tests-should-have-been-negative
איז וואס מיינט בכלל "אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה"?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:09 pm

הקטן האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב, לגבי דאס באשולדיגן די שפיטעלער. טאמער מיילעך פירער'ס איידעם מיט זיין טאטע און נאך א ברודער זענען אלע אוועק פון קאראנאוויירוס, קענסטו רואיגעהייט זיך פארלאזן אז עכ"פ אין יענער שפיטאל פאסט נישט קיין טענות אויף זיי, ופשוט.
???

ווייל הרב מיילעך פירער [פארשטייט גוט צו דאקטעריי און] איז זייער מאכטפול אין די מעדיצינישע וועלט אין א"י, ווי אלע דאקטוירים האבן הערכה פאר עם.

דאס מיינט אז אפילה מיט VIP service אויב איז באשערט איינעם שטארבן העלפט דאס נישט קיין סך...
א שלעכטער שפיטאל און די קאוויד צייט, ווערט נישט אטאמאטיש גוט ווייל עפעס איינער פירער האט נישט געהאט קיין ברירה און געשיקט זיין איידעם דארט
גערעכט אבער עס ווייזט אביסל אז "נישט יעדער וואס איז געשטארבן אין שפיטאל, איז גע'הרג'עט געווארן בידים"
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:16 am

איך האב א שאלה. פארוואס זענען אלע מניינים פון די רשימה נוסח אשכנז?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:24 pm

ווייל אין די ספרידשע לענדער איז די מגיפה שוין גרינגער...
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:24 pm

אין ליכט פון די לעצטערע הארצרייסענדע בקשה פון @רימון געשריבן בדברים רכים ונכנסים אל הלב, פרוביר איך פארשטיין אויב עס איז טאקע דא עפעס דערצו.

איך פערזענליך האב זיך שטארק צוגעשטעלט צו אלע אנווייזונגען פון געזונטהייט באאמטע ממש פון אנהייב און ביז נאך שבועות, אבער אין מיין פערזענליכען לעבן זע איך ממש נישט ווי עס איז נאך דא א סכנה, דאס איז חוץ וואס לדעתי האט פאליטיק איבערגענומען די הערשאפט אינעם פאנדעמיע.

איך ליג נישט אזוי שטארק אין די נייעס און אין די סייענטיפישע אנטוויקלונגען, אבער יעצט האלטנדיג איבער 6 חדשים פונעם שפיץ אויסברוך, איז נאך דא א סכנה פאר די היימישע געגנטער?
האט עס דען נישט רוב עולם שוין געהאט און ממילא איז דא "הוירד אימיוניטי"?
האט מען נישט איינגעזען אז די וויירוס איז אביסל איבערגעטריבן און ווען שפיטעלער זענען גרייט איז עס נישט צופיל ערגער פון א פשוט'ע "פלו"?
זענען נישט די שפיטעלער מער ווי גרייט יעצט?


פאליטיק און חילול השם אין א זייט געלייגט, איז דא א פראבלעם אז די היימישע געגנטער זאלן זיך פירן כאילו לא היה, אפי' אויב עס קומען נאך אלס צו אביסל קעיסעס מפעם לפעם?


איך פרעג דאס גאנצע אלס תמים, און אויב איינער קען אריינקומען מיט כאטש עפעס קלארע סטאטיסטיקס אדער פאקטן, זאל זיך ביטע אנרופן

(@ראובן @יידל)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:29 pm

לדעתי איז וואס איך האב געשריבן דא נאך אלץ אקטועל:
שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 02, 2020 12:18 pm

דער אמת, אז טאמער האב איך אמאהל געהאלטען אז ראובן איז נישט אזוי גערעכט מיט דער אשכול, צו איך צוריק, פין דער התנהגות יעצט פין אלע ראשי העם, עסקנים ודומיהם, זעהט מען אז
א. זיי אינטערעסירט גאנץ ווייניג צו קאראנא שפרייט זיך אדער נישט.
ב. דערפאר דארף מען גארנישט טוהן קיין זאכען וואס טוען פארמיידען פארשפרייטונג.

מיט טענות בדויות האלט אונזער עולם אז מען ברויך נישט קיין מאסקעס, צ.ב.ש. עס העלפט נישט, אדער עס מאכט ערגער, און די ראשי העדה האבן קיינמאל נישט געפינען פאר וויכטיג מעורר זיין אויף טראגען מאסקעס, שוין אפילו פאר שבועות ווען מען האט אנגעהויבן עפענען, אלע בתי מדרשים האבן געהאט שילדען אז מען מוז טראגן א מאסק, און יעדער האט געוויסט אז עס מיינט גארנישט.

יעצט, ווען זיי ציטערן אז מען וועט "חלילה" מוזן פארמאכן, זענען זיי מסכים אז אפאר קיען זאלען טראגן מאסקעס, און זיי אליין, סיי די רעביס, סיי די ארום טראגן נאך אלץ נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען פאסערניקס, און רעדן זיך איין זיי וועלען זיין קלענער.

און אפגערעדט אז אפילו איין מנהיג זאל חלומ'ן פין פארמאכן בתי מדרשים, מאכן מערערע מנינים, צו נישט פירען קיין צוזאמען געפרעסטע טישען, אלץ פארוואס?

נישט ווייל זיי קימערן זיך נישט פאר די געזונט פין עולם,
נישט ווייל זיי גלייבען נישט אין די אלע ענינים (מאסקעס הרחקות וכו')
נישט ווייל זיי האבן מסירות נפש צו וואס

נאר ווייל דער שכל ליגט זיי ווי זיי מייכענען.


אונזער עולם איז נישט געוואוינט צו פאלגען גויאישע מנהיגים, ממילא ווען זיי זאגען צו טראגן מאסקעס האבן אונז נישט קיין אטאמאטישע סיבה צו פאלגען. וואלטן אונזערע מנהיגים באדארפט שוין פין די ערשטע מינוט מעורר זיין אויף דעם.

יעצט, איז נאך די חוצפה גרעסער, אז לא די זיי הייסען אנטוהן מאסקעס פאר די ראנג סיבה, טוהן זיי עס אליין נישט.

פני הדור כפני הכלב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך החוקר » זונטאג אקטאבער 04, 2020 10:09 pm

פארוואס איז דאס פאר די ראנג סיבה?

לשיטתם אז מאסקעס איז ווערט א רעטעך, פארוואס זאל מען עס אנטון? אבער אז מען סטראשעט מיט מוסדות פארשטייט יעדער.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 887
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:14 pm

איך זעה נישט אין וועלכע אשכול עס קומט אריין, לייג איך עס דא.

אויב ראובן טוט עס באנג בעט איך מחילה פון פאראויס.

איז עס דען נישט אביסל איראניש אז פונקט האדמו"ר מסטאלין שליט"א וועלכע איז געווען די ערשטע און פרומסטע צו פארשפארן אלעס, איז געשלאגן מיט קאראנא?

אזוי אויך די האדמו"ר מבאבוב-45 AKA באבאבאוויטש שליט"א. וועלכע איז אויך ווי באקאנט געווען גאר פרום ביים ערשטען כוואליע. און יעצט ביים צווייטן כוואליע איז געווען דער ערשטע אדמו"ר דא אין אמעריקא צו גיין ברבים מיט א מאסק. איז אויך געטעסטעד פאזיטיוו אויף קאראנא?
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:38 pm

דער עולם רעד צאם פאר פייער און וואסער, יעדן טאג קומען ארויס פרישע שטודיעס וואס צייגן פינקט די פארקערטע פון א טאג פריער, די נפשיות'דיגע שאדן וואס די לאק-דאונס ברענגען איז נאך ערגער ווי קאראנא, קיינער האט נישט קיין השגה וואזוי די ווירוס כאפט זיך אריבער פון איינעם צום צווייטן, 6 פוס צו 30 פוס דורך נאסקייט אדער דורך אנכאפן אביעקטן, עס הערשט א געפערליכע צעמישעניש, והראיה אז אפילו די שטרענגסטע אינפארסירער ווי די סטאלינער און די באבאוויטשער און די גערע האבן עס אלע געכאפט, נעבעך די פיטסבורגע וואס האט דעם יום טוב אויך אויסגעהויכט זיין לעכטיגע נשמה, איז אויך געווען פארמאכט און פארשפארט, אונז קען מער נישט זיך אפהיטן און וועם עס איז באשערט צי גיין ר"ל וועט גיין אזוי צו אזוי, סא אדער קענט איר לעבן ווי די משוגעים און מורא האבן פאר די אייגענע שאטן, און זיך איינרעדן אז די מאסקע וועט אייך באשיצן פון אלעם בייזן, אדער קענט איר לעבן ווי נארמאלע מענטשן ווי למשל אין פלארידא וואס איז 95 פראצענט אלעס געהעריג אפן און מען זעט נישט קיין מאסקע פאר די אויגן און זיי זענען דזשאסט פיין.

נ.ב. אין ניו יארק ווי מען וויל ראטעווען די מוסדות און די ביזנעסער אוואדאי זאל מען זיך צושטעלן צו וואס די אינסטאנצן פאדערן, איך רעד נאר אין אלגעמיין זאל מען אויפהערן זיך איינרעדן אז מיר זענען אין קאנטראל און מיר קענען זיך באשיצן ווייל מ'גייט מיט מאסקעס און מען גייט נישט אין מקווה.

א גוט מועד.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1097
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:10 am

איך זע נישט ווי דאס אז די סטאלינער איז אנגעשטעקט איז עפעס א ראיה.

ער האלט אז מ'דארף זיך צושטעלן די מערסטע שייך ווייל עס איז א שאלה פון פיקוח נפש, וואס די דאקטוירים זאגן, דאס האלט ער אונז דארפן טון.

דו מיינסט ער האט געהאלטן אז מ'דארף אלס פאלגן ווייל ער פערזענליך וויל נישט ווערן אנגעשטעקט?


יא איך זע אויך נישט די ריזיקע, אבער איך בין אויך נישט קיין דאקטער, מנהיג, אדער סייענטיסט צו קענען זאגן אייגענע השערות און אויפווייזונגען געבויט אויף אינדיווידועלע מעשיות - איך האלט יא אז אסאך פאליטיק איז פארמישט און אז די מנהיגות זוכט סתם מאכט, אבער איך פאלג נאך אלס ווילאנג עס איז נישט אקעגן מיינע פרינציפן און עס אפעקט מיר נישט שטארק (מאסקעס זענען א מינדערוויכטיגע אומבאקוועמליכקייט), ווען עס וועט קומען צו אזא מצב, וועל איך עס איבערקלערן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:11 am

דער מציאות איז אז דארט ווי מען האט איינגעהאלטן די לאקדיינס איז דא ווייניגער. דריי ווי אזוי די ווילסט.

די מאסקעס העלפען, מען קען זיך דינגען צו עס ארבעט הונדערט פראצענט אדער פיפציג.

החוקר שרייבט
. פארוואס איז דאס פאר די ראנג סיבה?


ווייל מאסקעס ברויך מען אנטוהן צו פארמיידן פארשפרייטונג, און אלע רעביס און מאכערס און קאקערס וואלטן באדארפט מעורר זיין אויף דעם פין דער ערשטער מינוט, יעצט טוט מען עס אהן ווייל מען האפט אז עס וועט נישט זיין א פארשליסונג ווען דער גאווערנער וועט זעהן אז אונז האבן מאסקעס.

למעשה העלפט עס א רעטעך, וועט עס זעהט אויס הייבט זיך עס אהן מיטוואך.

און מיימאנידעס ליגן פערציג אידן.

פאליטיקאנט האקט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:03 pm

סמבטיון האט געשריבן:סא אדער קענט איר לעבן ווי די משוגעים און מורא האבן פאר די אייגענע שאטן, און זיך איינרעדן אז די מאסקע וועט אייך באשיצן פון אלעם בייזן


טראגן א מאסק איז נישט קיין גאראנטי נאר עס האלט אפ mass פארשפרייטונג.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2900
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6688 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 05, 2020 12:08 pm

אישתישבי האט געשריבן:דער מציאות איז אז דארט ווי מען האט איינגעהאלטן די לאקדיינס איז דא ווייניגער. דריי ווי אזוי די ווילסט. .

אבי גערעדט. דארט וואו ס'דא לאקדאונס איז דער עולם שוין פארשפארט פאר 6 חדשים, און די ציפערן זענען די זעלבע.

אין ארה"ק זענען שוין דא די זעלבע סאך היימישע נפטרים, נאר אויסגעצויגן אין מער חדשים צוליב די לאקדאונס.

אין אמעריקע איז מען בעיקר געשטארבן 6 וואכן, צווישן סוף אדר און אנהייב אייר, נאכדעם איז עס אראפ צו איין קאראנע נפטר א וואך בערך. אין ארץ ישראל שטארבט מען נאך ליידער יעדן טאג פון דעם.

דריי וויאזוי דו ווילסט.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג אקטאבער 05, 2020 1:43 pm

הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אין ארץ ישראל שטארבט מען שוין גארנישט אזוי אין די מאסן, עס איז שוין היינט ליידער ברייט באקאנט צוליב וועלכע אורזאך מענטשן זענען געשטארבן אין די וואכן פון אדר/ניסן.

די מאסקעס איז א נארישע און פרימיטיווע זאך, אלע סייענטיסטן האלטן שוין צען מסכתות ווייטער דערפון, דער איינציגער אפעקטיווער זאך אויפדערווייל איז סאושעל דיסטענסינג און נישט שענקען קיין הענט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 1:44 pm

בקיצור, אונז זענען א עם חכם ונבון, קיינער איז נישט אזוי קלוג ווי אונז, און ממילא פארשטייען אונז אז די אלע הרחקות זענען גארנישט מיט נישט, און מען גייט נישט פאלגען קיינעם, אפילו די נומערן גייען ארויף ביי אונז, איז עס ווייל עס איז דא א גזירה מן בשמים.

און די אלע נאכווייען ווען די שטאט גייט אונז נישט טראסטן און סטארס לאזן נישט אריין קיין אידען, אדער סיי וואס אלעס, וועט מען שרייען מיט טישלער אין איינעם און פארטיג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: ידם שפכו את הדם הזה: אונזערע שרעקליכע קאראנא-מגיפה ציפער

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:30 pm

איינער ווייסט וועלכע רבי?

איך קען גאנץ שטארק מסכים זיין צו וואס ער וויל - -דהיינו האלטן אפן די שולן און מוסדות און אנגיין געהעריג - אבער האלט ער טאקע אז ס'איז א שעת מלחמה? בילד
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט

cron