מען שטארבט פאר שרעק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מען שטארבט פאר שרעק!

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 20, 2020 12:40 pm

אין צווישן תקצ”ה און תרס”ג האט געבושעוועט די כאָלערע אונטערגאנג איבער די גאנצע וועלט, מענטשען זענען געשטארבן אין די מאסן, ס'איז געווען א גרויסע צרה. און ווי היינט האבן די עפּידעמעאָלאָגן דאן פארארדענט, אז יעדער זאל זיך פארשפארן אין שטוב, אפצוהאלטן די פארשפרייטונג פון די אונטערגאנג.
אין יענע צייט האט געדינט אלס רב אין באגדאד דער הייליגער בן איש חי – רבינו יוסף חיים זי''ע. ער האט דאן געזאגט אז מ'זאל אויסדרוקליך נישט פארבלייבן איינגעשפארט אינדערהיים, נאר אז מ'זאל אינגאנצן פארלאזן די שטעט וואו דער אונטערגאנג בושעוועט. דער שרעק פון טויט, הרג'עט מער מענטשן ווי דער אונטערגאנג זעלבסט האט ער געזאגט, און ער האט דאס עקלערקט מיט א פאסיגע משל:
א איד האט אמאל געטראפן דעם מלאך המוות אין שטאט. פרעגט אים דער איד, וויפול מענטשן פלאנט איר אזוי אפצונעמען היינט? ענטפערט אים דער מלאך המוות, נישט קיין סאך, בלויז צוואנציג טויזענט מענטשן! דער איד גייט זיך ווייטער זיין וועג. אין יענעם טאג האט זיך גאנצע פיפציג טויזענט מענטשן אוועגעלייגט אין יענעם שטאט. דער איד האט אפגעווארט דעם מלאך המוות ביים עק שטאט, און ווען זיי האבן זיך געטראפן פרעגט אים דער איד מיט וואונדער, כ'פארשטיי נישט, האסט דאך מיר געזאגט בלויז צוואנציג טויזענט? זאגט אים דער מלאך המוות, ריכטיג! אבער דו האסט דאך אוועקגעלייגט פיפציג טויזענט? זאגט אים דער מלאך המוות, פארשטייסט נישט, צוואנציג טויזענט זענען געשטארבן פון די אונטערגאנג און די איבעריגע דרייסיג טויזענט זענען געשטארבן פאר שרעק!
ווי פרעזידענט פרענקלין דעלאַנאָ רוזעוועלט האט געזאגט ביי די גרויסע דיפרעסיע: דאס איינציגסטע זאך פון וואס מיר דארפן מורא האבן איז פון מורא זעלבסט!
די וועלט הייבט אן ביסעלכווייז ארויסצוקריכן פון די בונקערס, מ'מאכט זיך די ברכה פון מחיה המתים אין פריידן. געשעפטן ציען ארויף זייער אייזענע גראטעס, די עקאנאמיע הייבט ווידער אן אויפצולעבן. געוויסע ליבעראלע שרעק-אנווארפער שרייען און לארעמען אז מען איז נאך נישט ארויס פון וואלד, און אז מען דארף פארבלייבן אין איזאלאציע עד ביאת הגואל... דער איבערגעטריבענע שרעק וועט אונז נאך אלע אוועקלייגן... ס'איז שוין העכסט צייט ארויסצוקריכן פון די נארעס און צוריק גיין צום נארמאלן לעבנסשטייגער... זעלבספארשטענליך אז מ'דארף זיך צוהאלטן צו די רעגולאציעס פון די סי.די.סי.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2117 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מאי 20, 2020 1:19 pm

האבן די אנשרעקערס בלוט אויף זייער הענט?
אפשר האבן זיי נישט געוויסט אז דאס איז א פראבלעם
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2452
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1111 מאל

Re: מען שטארבט פאר שרעק!

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 20, 2020 4:54 pm

ווענדט זיך ווער עס שרעקט אן און וואס זיינע מאטיוון זענען, איז דאס סתם די מידיא מיט אן אגענדע צו צייכן אז אלעס איז שלעכט?
אדער די דאקטוירים וואס פריוון אויפמערקזאם מאכן דעם עולם נישט צו פארנאכלעסיגן?
(זיי מעגן אויך נישט גאנץ איבערטרייבן, ווייל ווען די אמת קומט ארויס קען עס אוועקנעמען וויכטיקע טראסט אינעם מעדיצינישע וועלט)
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 20, 2020 5:24 pm

כ'האב אמאל אנגעטראפן א תימנעם, חיים הייסט ער. ער האנדלט מיט אומגעשטייערטע פאפיראסן. פרעג איך אים, דו האסט נישט מורא אז די וועסט גיין אין חד גדיא? זאג ער מיר כ'האב דייטליך יא! אבער פון נישט מאכן געלט האב איך מער מורא. א שטיקל געדאנקן-גאנג.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2117 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מאי 20, 2020 5:59 pm

ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1207 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דוראק און 4 געסט