זעלענקא: א ליגענער אדער א משוגענער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

זעלענקא: א ליגענער אדער א משוגענער

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:45 pm

פון ווען זעלענקא האט אנגעהויבן מיט זיינע ווידיאוס טוט ער זיך סותר זיין גאר אסאך. פון אנפאנג האט ער געטריעט פינף און דרייסיג טויזנט מענטשן, דערנאך איז ער אראפ צו פערצן הינדערט דערנאך צו זיבן הינדערט. יעצט האלט ער ביי פיר הינדערט. די זעלבע מיט די צאל דורכפעלער. אויף איין ווידיאו זאגט ער אז קיינער איז נישט אנגעקומען אין שפיטאל. אויף אן אנדערע זאגט ער אז נאר צוויי זענען געשטארבן. יעצט זאגט ער אז נאר איינער איז געשטארבן. און למעשה ווייסט מען פון דריי מענטשן וואס האבן גענומען זיין קאקטעיל וואס זענען געשטארבן, וואס צוויי דערפין זענען געווען הארץ אטאקעס אלס דירעקטע רעזולטאט פונעם קאקטעיל.

איך וויל אים דן זיין לכף זכות, האב איך געטראכט אפשר איז ער נישט קיין ליגענער נאר א משוגענער. והא ראיה, ווען ס'איז געקומען צו די אינוועסטיגעישן אויף אים פארן פראקלאמירן פאלש אז ער איז די איינציגסטע מיט עף די עי עפראווד אנטיבאדי טעסטס, האט מען אים ריינגעוואשן באזירט אויף די פאקט אז ער ווייסט נישט וואס "עף די עי" מיינט.
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ער איז אזוי חוטרא אז ער מאכט זיך נאר, ספעציעל אז מ'זעהט זיין לעצטע לאנגע בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן, ס'איז פיל מיט גרייזן און געשריבן זייער נישט פראפעשענעל.
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:54 pm

דו ביזט מאיר הירש אדער גדלי' סעגעדין אדער יואל מיטעלמאן?
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:02 pm

וואס איז די מעשה מיט די דריי מענטשן? איך ווייס ער רעדט פון זיי אויף די ווידיאו. כ'וואלט גאוואלט וויסן מער דיטעילס.
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:04 pm

וועלכע קאקטעיל האט ער געגעיבן ? ער קיקט מיר גראדע אויס ווי א בארירטער גראדע איין אינטערוויו וואס ער האט מיט איינעם פאר צוואנציג מיניט רעדט ער גאנץ צום דבר
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך דעברעצינער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:09 pm

ווי קען מען זעהן די ווידיאו
דעברעצינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 06, 2020 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:12 pm

דעברעצינער האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די ווידיאו

ווייסעך נישט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:16 pm

ס'איז געווען אן ארטיקל וועגן אים א שטיק צייט צוריק אין נ.י. טיימס. דארט שרייבן זיי וועגן זיינע געוועזענע פעיסבוק פאוסטס. ער איז אייביג געווען א גרויסע חסיד פון טראמפ און שטענדיג געפאוסט פון קאנספיראציעס, אויף אזוי ווייט אז ער האט נאך געפאוסט אנפאנג אז די קאראונע איז א hoax דורך הילערי קלינטאן.
נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:46 pm

אבער וועלכע קאקטעיל האט געגעיבן פאר א שווארץ יאר?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:06 pm

calculator האט געשריבן:דו ביזט מאיר הירש אדער גדלי' סעגעדין אדער יואל מיטעלמאן?

Two wrongs doesn't make one right.
ביידע צדדים זענען ווערט קריטיק אויף זייער התנהגות.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:10 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:אבער וועלכע קאקטעיל האט געגעיבן פאר א שווארץ יאר?

די קלאראקווין מיקס פאר די קארונע וויירוס.(וואס טראמפ רעדט פון)
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:13 pm

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:דו ביזט מאיר הירש אדער גדלי' סעגעדין אדער יואל מיטעלמאן?

Two wrongs doesn't make one right.
ביידע צדדים זענען ווערט קריטיק אויף זייער התנהגות.


איך בין נייגעריג! איז דאס איז אן אלטע מחלוקה אדער א נייע לעצטנסדיגע זאך?
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:30 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:דו ביזט מאיר הירש אדער גדלי' סעגעדין אדער יואל מיטעלמאן?

Two wrongs doesn't make one right.
ביידע צדדים זענען ווערט קריטיק אויף זייער התנהגות.


איך בין נייגעריג! איז דאס איז אן אלטע מחלוקה אדער א נייע לעצטנסדיגע זאך?
כ'פארשטיי אז אלט, איך רעד אבער ספעציפיש איבער זייער התנהגות יעצט ביי קאראנא.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:45 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:דו ביזט מאיר הירש אדער גדלי' סעגעדין אדער יואל מיטעלמאן?

Two wrongs doesn't make one right.
ביידע צדדים זענען ווערט קריטיק אויף זייער התנהגות.


איך בין נייגעריג! איז דאס איז אן אלטע מחלוקה אדער א נייע לעצטנסדיגע זאך?


גארנישט קיין מחלוקות
די נקודה איז, זלענקא האט פארכאפט אסאך פעישענס פון עזרת חולים (מאיר הירש, גדלי' סעגעדין, יואל מיטעלמאן - פרנסה)
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:59 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:17 pm

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?


וואס ארבעט אין קעי דזשעי?
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:20 pm

עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.

איך וואלט נישט באזירט גארנישט אויף דעם אליינס.
עס איז פארהאן זייער געלונגענע און קלוגע מענטשן וואס זענען קאטויליקן אדער אנדערע גלויבונגען.
נאר וויבאלד ער גלייבט אנדערש ווי מיר און דיר ווערט ער נישט גע'פסל'ט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 927
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1873 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:22 pm

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?

וואס הייסט זאג דו מיר וויזוי א משיחיסט קען זיין נארמאל?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:27 pm

פארוואס? האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.

איך וואלט נישט באזירט גארנישט אויף דעם אליינס.
עס איז פארהאן זייער געלונגענע און קלוגע מענטשן וואס זענען קאטויליקן אדער אנדערע גלויבונגען.
נאר וויבאלד ער גלייבט אנדערש ווי מיר און דיר ווערט ער נישט גע'פסל'ט.


ביזט גערעכט! וועגן דעם האב איך געזאגט אז ס'געבט נאר צו.
ווען ער איז א זינגער, א מעלער, א שפילער, אדער וואלט געווען אן אקטיאר וואלט איך איך נישט געטראכט צופיל אין וואס ער גלייבט אבער ווען עס קומט צו וויסן אויב א מענטש איז אמת'דיג מיט זיך אליין, קען מען קוקען וואס די היסטאריע פון די מענטש'ס גלויבן
עך עך אי אר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:39 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?

וואס הייסט זאג דו מיר וויזוי א משיחיסט קען זיין נארמאל?

טוה דורך דעם מאמר באתי לגני תשי"א, און הער אויס דעם שיחה כ"ח ניסן תשנ"א לייג זיך אביסל אריין אין די שיך פון א חסיד צו זיין רבי'ן, וועסטו זיי פארשטיין אביסל.

לקינוח, קוק אביסל נאך די ביאגראפיע פון ר' אברהם פאריז ע"ה, דער ערשטע עפנטליכע משיח'יסט.

ולידיעתך, בעפאר ג' תמוז תשנ"ד האט כמעט יעדער ליובאוויטשער חסיד, נארמאל ווי נישט נארמאל, אזוי געהאלטן (אינקלודינג אזעלכע ווי ר' מענדל פוטערפאס, ר' יואל כהן ועוד). נאכדעם האבן טייל צוריקגעצויגן, אבער דעם תורה פון מה זרעו בחיים וכו' איז שגור בפי כל, אפילו ביי די אנטי'ס. אלזא, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין וויאזוי א נארמאלע ליובאוויטשער קען נאך אלץ אזוי האלטן?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2409
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1967 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:12 pm

ריכטיג, איך רעד פון גלייבן אז ער לעבט נאך און ער איז עולה לתורה יעדן מאנטאג און דאנארשטיג און ער טיילט דאלארן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:42 pm

אז ער לעבט נאך כבר ביארתי למעלה, כמעט יעדער דארט גלויבט עפעס אזוי, דער רבי פלעגט אזוי רעדן פון זיין שווער, און א סך נארמאלע און אפילו אנטי'ס רעדן אזוי היינט פון איהם, כל אחד לפי הבנתו.

עולה זיין און טיילן דאלארן זענען א מיעוט וואס דרייען דאס אן, בעיקר אינגע און בחורים.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2409
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1967 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:49 pm

ווער איז דער מאן דאמר צו טיילן אזעלכע טיטלען ווי "משוגענער" באזירט אויף א מענטשנ'ס גלויבן? פאר דיר איז דער חבד'סקער א משוגענער פאר'ן גלייבן אז דער רבי לעבט, פאר'ן גוי אויפ'ן גאס ביזטו א משוגענער פאר'ן גלייבן אז ס'דא ערגעץ א טייך וואס ווארפט שטיינער צו אנדערע זאכן וואס ער קוקט אן משוגע, און פאר אביגדור מיללער איז דער גוי משוגע פאר'ן גלייבן אז מענטשן קומען פון מאנקיס. ווער איז דער וואס שטעלט די ליניע אז ביז דא הייסט נארמאל און פון דא און ווייטער איז משוגע? ס'דאך אין לדבר סוף. דאס איז דאך די גאנצע געדאנק פון אמונה, א מענטש קען זיין קלוג ווי גרויס די וועלט איז אבער ווען ס'קומט צו די געוויסע זאכן פארלירט ער די שכל און נעמט אלעס אן ווי א נאר, זיינע אמונות זאגן אבער זייער ווייניג אויף זיין לעבן אינדרויסן פון זיינע אמונות.

נאר וואס דען, ס'דא איין ווארט וואס פארענטפערט אלץ, ווען ס'קומט צו דעם ווארט קען מען זאגן וואס מ'וויל, די ווארט איז "טראלל".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4114
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3347 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מאי 22, 2020 12:19 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:ריכטיג, איך רעד פון גלייבן אז ער לעבט נאך און ער איז עולה לתורה יעדן מאנטאג און דאנארשטיג און ער טיילט דאלארן
ווי @ריכטיג האט דיר שוין געענטפערט איז דאס א מיעוטא וואס מאכט אסאך גערודער און פראפאגאנדע. א שטייגער ווי איינער זאל זאגן אז סאטמארע קושן זיך מיט אראבערס, והא ראיה די נטורי קרתא. (אדער ווי רביה"ק האט זיי גערופען מחריבי קרתא. כ'מיין נישט דער ניק, ער וואלט געהאט עפעס א בעסערע פליק)
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מאי 22, 2020 12:25 am

עך עך אי אר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?


וואס ארבעט אין קעי דזשעי?
ער איז געווען זייער גוט איינגעגלידערט אינעם עסטעבלישמענט אין קעי דזשעי למרות זיין גלויבונג. כ'געדענק בילדער ווי דער סאטמארע רבי פין קר"י גייט איהם באזוכן אין שפיטאל. עד שקפץ עליו רוגזו של? כ'ווייס נישט קיין דיטעילס אבער ס'שטונקט פין קאפ.

דרך אגב, איך געדענק אן ארטיקל אויף איהם אין דער שטערן אסאך יאר צוריק. נאך איינער?
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 22, 2020 12:52 am

קעי דשעי?! קעי דשי בי!

(כ'זאג עס נאר צו ווייזן אז איך קען אויך טראללן.)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4114
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3347 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט