בלאט 1 פון 1

זעלענקא: א ליגענער אדער א משוגענער

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:45 pm
דורך עך עך אי אר
פון ווען זעלענקא האט אנגעהויבן מיט זיינע ווידיאוס טוט ער זיך סותר זיין גאר אסאך. פון אנפאנג האט ער געטריעט פינף און דרייסיג טויזנט מענטשן, דערנאך איז ער אראפ צו פערצן הינדערט דערנאך צו זיבן הינדערט. יעצט האלט ער ביי פיר הינדערט. די זעלבע מיט די צאל דורכפעלער. אויף איין ווידיאו זאגט ער אז קיינער איז נישט אנגעקומען אין שפיטאל. אויף אן אנדערע זאגט ער אז נאר צוויי זענען געשטארבן. יעצט זאגט ער אז נאר איינער איז געשטארבן. און למעשה ווייסט מען פון דריי מענטשן וואס האבן גענומען זיין קאקטעיל וואס זענען געשטארבן, וואס צוויי דערפין זענען געווען הארץ אטאקעס אלס דירעקטע רעזולטאט פונעם קאקטעיל.

איך וויל אים דן זיין לכף זכות, האב איך געטראכט אפשר איז ער נישט קיין ליגענער נאר א משוגענער. והא ראיה, ווען ס'איז געקומען צו די אינוועסטיגעישן אויף אים פארן פראקלאמירן פאלש אז ער איז די איינציגסטע מיט עף די עי עפראווד אנטיבאדי טעסטס, האט מען אים ריינגעוואשן באזירט אויף די פאקט אז ער ווייסט נישט וואס "עף די עי" מיינט.
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ער איז אזוי חוטרא אז ער מאכט זיך נאר, ספעציעל אז מ'זעהט זיין לעצטע לאנגע בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן, ס'איז פיל מיט גרייזן און געשריבן זייער נישט פראפעשענעל.