דיטשעק: א ליגענער אדער א משוגענער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דיטשעק: א ליגענער אדער א משוגענער?

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מאי 22, 2020 3:20 pm

זינט די אנפאנג פון קאראונא טיים, וואס גייט שוין צוריק אומגעפער צענדליגער טעג, איז כלל ישראל געוואוינט געווארן צו א טוץ פון נייע ווארטזאגערס. פון אלע סארטן. איינער איז אביסל משמח די אנדערע ווארפט א תורה'לע און אזוי ווייטער. ציווישן אלע אבער איז דא איינער וואס איז א געפערליכער אנשרעקער.

זיינע קליפס זענען געווענליך אין ווידעא, בערך אזויווי דער אנדערער חכם פון אפסטעיט. ווי אויך הייבט ער אייביג אן מיט די זעלבע אנגעצויגענע טאן. היי, דיס איז דר סטוארט דיטשיק, און דערנאך קומט א גאנצע רענט אויף כלל ישראל. נאך לעצטע וואך דאנערשטאג האט ער געשריגן אז די פארטש מנינים וואס ער הערט גייען אן אונטערערדיש דארפן זאפארט בטול ווערן, ווייל די לעצטע שטודיע צייגט אז קאראונא גייט אזוי ווייט ווי דרייסיג פיס ווייט.....

ווען מ'זאל אנעמען באמונה שלימה אלס וואס ער זאגט, און לויט ווי די עולם שטעלט זיך צו במציאות וואלט בּ''פּ אצינד שוין געווען געווען ניינציג פראצענט אונטער די ערד...

למעשה וויזט זיך אויס אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און ער מאכט סתם אן אומזיסטיגע אומגינסטוגע פּי.אַר. פאר חרדישע אידענטום. וואס קאסט אונזער געזעלשאפט א אומגעהויערע צאל עגמת נפש און רדיפות.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2022
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1178 מאל

הודעהדורך עך עך אי אר » פרייטאג מאי 22, 2020 3:41 pm

מ'זאגט אז די קאלאוואר טיעמס אין קעמפ היייאר וועט זיין זעלענקא אנטקעגן דיטשעק
עך עך אי אר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מאי 22, 2020 4:37 pm

פארוואס אדער אדער, קען נישט זיין סיי ליגענער און סיי משוגע'נער?
סיי דיטשעק און סיי זעלענקאו
אינגערמאנטשיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט