זמירות שבת מיט א קולטורישע בליק.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

זמירות שבת מיט א קולטורישע בליק.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]פאעזיע און דיכטער, האט אלעמאל פארנומען א סאמע וויכטיגע ארט אינעם גייסטרייכער אידישער קולטור, הויפטזעכליך אין די שבתים אין ימים טובים. זמירות און פיוטים דינען אלס א אינטערגראלער טייל פון דאס דאווענען און די סעודות שבת און יום טוב. ס'איז שווער זיך אויסצומאלן ווי אזוי א שבת און יו''ט וואלט ווען געמאלט אויסגעזען, מיט די אפוועזנהייט פון זמירות און פיוטים. יעדע שטרעמונג און געמיינדע פארמאגן זיך זייערע איינגארטיגע פאעזיע און צייטן ווען און ווי אזוי זיי ווערן געזונגען און געזאגט. אבער אלע זמירות און פיוטים האבן איין געמיינזאמער ציל, דאס איז צו אינספערירן דאס זעהל און די נשמה זיך צו פארבינען צו די העכערע ספערן.

דער אשכנז שפירט אין אלגעמיין א טעם אין פיוטים וואס מ'זאגט ביים דאווענען. וואס לענגער דער פיוט איז אלס מער אינספערירט ווערט ער. די אשכנזים זאגן פיוטים אפילו אין שבתים וואס חסידים זאגן נישט. זיי וועלן נישט פארציכטן אויף קיין שום פיוט פונעם מחזור ווי לאנג און ווי קליין די אותיות זאלן נאר נישט זיין. די פיוטים וואס די אשכנזים זאגן זענען מערסטייל געבויעט אויף אן אקאדעמישער סטיל, באזירט אויף די פארבינדקייט צווישן דאס אידיש פאלק מיטן אויבערשטן לויט היסטארישע געשענענישן וואס זענען זיך פארלאפן אויפן אידישער פאלק.
די ספרדים זאגן זייער פיוטים שבת קודש אינדערפרי פארן דאווענען. ס'ווערט אויך אנגערופן בקשות. ס'איז א ערהאבן בילד אריינצושפאצירן אין א ספרדישער בית מדרש שבת קודש פארטאגס, און זען ווי יונג און אלט גיסן זיך אויס זייער הערצער צום אויבישטן מיט הארציגע פיוטים און בקשות, אזש דאס הארץ קען צוגיין פאר מתיקות... זייערע פיוטים זענען מערסטייל זייער אינטימיטיש און געפיליש. און נישט ווי די אשכנזישע פיוטים זענען זייער פיוטים הויפזעכליך באזירט אויף אינטימישע פארבינדקייט צווישן דעם מענטש מיט זיין באשאפער. פארטאגס ווער דער מוח איז נאך פריש און מינטער איז טאקע דאס גינסטיגסטער צייט צו זאגן אזעלכע סארט פיוטים...

חסידים זענען אינגאנצן איינגארטיג. ארגאניש זענען זיי ריכטיגע אשכנזים, אבער זיי זוכן עטוואס צו אנטלויפן פון זייער ארגינעלער אשכנזישער-אפשטאם. זיי האבן זיך פארמירט א וועג צו קאמיוניקירן מיט ג-ט דורך מעדיטאציע. דערפאר גייען זיי נישט אזוי פאר די אקאדעמישער סטיל פיוטים ווי די אשכנזים. חסידים פאנפענען היפש אונטער מיטן זאגן די יוצרות און פיוטים, הויפזעכליך ווען ס'איז צו לאנג... אבער זיי האבן אויך נישט פולשטענדיג אדאפטירט די ספרדישע-סטיל פיוטים...

ווען מען קוקט אריין אין דעם זמירות'ל באמערקט מען א מערווערדיגער זאך: די ראשונים וואס האבן פארפאסט פאעזיע אויף שבת, האבן דאס פארפאסט הויפזכעליך פאר שבת צופרי. אויף שבת ביינאכט איז בלויז פארהאן צוויי פיוטים פארפאסט געווארן דורך די זעלבע פארפאסער, רבי משה בן קלונימוס פון מאַגנעצא, כל מקדש און מנוחה ושמחה. ביידע זענען אקאדעמישער סטיל פיוטים. דאקעגן אויף שבת אינדערפרי איז פארהאן גאנצע פינף. צויי פון זיי זענען פארפאסט געווארן דורך אשכנזישע פּאָעטן. רבינו שמעון הגדול פון מאַגנעצא האט פארפאסט דעם ברוך השם יום יום... און דער געטליכער דיכטער רבינו יהודה הלוי, האט פארפאסט דעם יום שבתון אין לשכוח...
און דריי פיוטים זענען פארפאסט געווארן דורך ספרדישע פּאָעטן. רבינו אברהם אבן עזרא האט פארפאסט דעם כי אשמרה שבת קל ישמרנו. רבי דונש הלוי בן לברט האט פארפאסט דעם דרור יקרא, און רבי שמואל הנגיד האט פארפאסט דעם שבת היום לשם.

דער אשכז באגענוגט זיך מיט די אקאדעמישער סטיל זמירות, ער זאגט אפ כל מקדש, מנוחה ושמחה מיט אזא מעלאנכאלישע מעלאדיע, און פאר א נויט ווארפט ער אויך אריין א צור משלו... און דאן נעמט ער דאס חומש'ל אין דער האנד ביז ס'כאפט אים דאס דרימל... און צופרי איז אים גענוג דעם ברוך השם יום יום... און פאר א נויט ווארפט ער נאך אריין א ברוך קל עליון...

דער ספרדיש אידל לייגט זיך פרייטאג צונאכטס שלאפן גאר פרי, אזוי אז ער זאל קענען אויפשטיין פארטאגס זאגן בקשות. די ספרדישע פּאָעטן האבן ניטאמאל פארפאסט קיין זמירות פאר פרייטאג צו נאכטס. און שבת אינדערפרי ווען ס'איז נאך שטאק פינסטער אינדרויסן זיצט ער שוין אין שול, וואו ער גיסט ער זיך אויס זיין הארץ פארן אויבערשטן מיט דעם הארציגן אגדלך אלהי כל נשמה... וואס איז פארפאסט געווארן דורכן הייליגן אבן עזרא.

דער חסיד באגנוגט זיך נישט בלויז מיט די אקאדעמישער סטיל זמירות. דאס דראנג פאר מעדיטאציע צום הייליגן באשעפער טרייבט אים צו זינגן דעם פאעזיע קה ריבון עלם ועלמיא, וואס איז פארפאסט געווארן דורך דעם געטליכער פּאָעט רבי ישראל הלוי נאזשארא. אפגעזען אז דאס האט אייגענטליך גארנישט איינגעשטויסן מיט פרייטאג צו נאכטס. און מאנכע זינגן אויך דעם הייליגן פאעזיע, צמאה נפשי לאלקים לקל חי... וואס איז פארפאסט געווארן דורך דעם גרויסן הייליגן ספרדישער פּאָעט רבינו אברהם אבן עזרא. און גענוי ווי קה ריבון עלם האט צמאה נפשי לאלקים אויך גארנישט צו טאן מיט שבת. נאר ס'העלפט ווארשיינליך פאר א דאזע פון מעדיטאציע.
פארן הייליגען רבינו אהרן הגדול פון קארלין זי''ע וועמענס הארץ ס'האט געפלאקערט פארן הייליגע באשעפער מיט א הייליג פייער איז דאס אלעס נישט גענוג געווען. ער האט זעלבסט פארפאסט א אייגענעם הייילגער פאעזיע לכבוד קעניגן שבת , וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער קה אכסוף נועם שבת... דער דאזיגער פאעזיע ווערט געזינגן דורך חסידים מיט גרויס מעדיטאציע ביז צום היינטיגן טאג.

צום שלוס: דער ליטוואק ווען קיינמאל נישט פארשטיין דאס געשמאק און זיסקייט פון דעם חסיד, וואס זיצט פרייטאג צו נאכטס ביי סעודה מיט זיין פּאַטריאַרכאַלישע בארד ווי א קעניג, און פארגלייזט זיך די אויגן און לייגט די הענט אונטערן אויער, און זינגט מיט א פלאם פייער דעם קה אכסוף אזש ס'גייט פינקן פייער פון די באלאטעס. דאס מעדיטאציע און דאס גלוסטעניש עטוואס צו שפירן די זיסקייט פון היילגן שבת שטארקט זיך מיט יעדע פאל באזונדער. און אזוי אויך וועט דער חסיד קיינמאל נישט פארשטיין ווי אזוי דער ליטוואק פארסמאקעוועט זיך מיט א פארגעניגן מיט די שווערע ווערטער פון די יוצרות, און דאס גוטע געפיל וואס ער שפירט ווען די ציין האבן זיך אים נישט גענצליך אויסגעשאסן ביים זאגן דעם אץ קוצץ בן קוצץ, קצוצי לקצץ, בדבור מפוצץ, רצוצי לרצץ... פון רבי אליעזר הקליר... און נישט דער חסיד און נישט דער ליטוואק וועט פארשטיין דאס נאנטקייט און דאס אינטימישע געפיל וואס דער ספרדיש אידל שפירן צום אויבעשטן ביים זאגן די הייליגע בקשות שבת קודש בעגינען...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר