וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָּדוֹ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָּדוֹ

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג מאי 25, 2020 5:51 am

ברוקלין תש"פ.

די פרוכט פון די פארדארבענע חינוך וואס מען האט אריינגעגעבן אין די אומשולדיגע נפשות ישראל וועלכע זענען געגאנגען לערנען תורה און געפחטערט האט מען זיי צואה רותחת האט זיך אנגעזען אין די גאסן דעם וואך זונטאג ווען פאליציי אפיצירן זענען געקומען אינפארסירן א געזעץ און די כת הבחורים פון ברוקלין אינאיינעם מיט די אומערצויגענע אינגעלייט האבן זיי באשריגן מיט קולות וברקים מאכנדיג דאס ארט אויסקוקן ערגער ווי עס איז באמת און פארמירנדיג א אומבאגרייפליכער האס אויף דאס אידישער פאלק.

ניין, איר קענט ווייטער ליינען רואיג ווייל כ'גיי זיך נישט אננעמען פאר דעבלאזיא, אבער לאמיר גיבן א ניכטערע בליק אויף די שענדליכע פאסירונג און זען וואס עס איז דא צו פאררעכטן.

עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.

אבער עס קען זיך ווען קלערן אז ווי קענען שטיין אינגעלייט און שרייען אויף אפיצירן ווי כאילו זיי זענען ווען הינט, אין וועלכע גענעראציע האט זיך אזאנס אפגעשפילט?

נאר דער ענטפער דערצו איז אז דאס איז די פירות פון דעם פארסראכעטן חינוך וואס מען גיבט אריין פאר די תמימי לב אין ברוקלין, ווען דער מלמד האט מסביר געווען פאר זיינענאך דאן איידעלע תלמידים אז דער גוי איז עקלדיג און מיאוס און טמא און פעקי און ראציג, און דער ממזר וואס שיסט אייער אויף פאליציי אין מאה שערים איז דער העלד, פון אזא עדיוקאציע ווערט באשאפן אזוינע אומערצויגענע ברואים וואס ווייסן נישט בכלל צו מחלק זיין בין כלום לכלום.

ס'הארץ בלעזלט אין מיר פאר אויפברויז, כ'קען זיך צו מיר נישט קומען זעענדיג די גרוילהאפטיגע סצענעס, און אינאיינוועגס שריי איך שוין פון די טיפענישן פון מיין הארץ צו די ראשי המוסדות.

עפנט נישט אויף די מוסדות! בלייבט פארקנאקט אויף אייביג! לערנט נישט אויס אונזערע קינדער אז דאס איז אידישקייט! מיר ווילן נארמאלע ערליכע און עטישע דורות!

אינטערסאנט ווי די אלע סילי חסידישע טראמפיסטן דרייען זיך און פרייען זיך מיט דעם וואס דער פרעזידענט האט שוין ווידעראמאל געשטויסן זיינע גרעסטע שונאים די דעמאקראטן און אינאיינוועגס ארויסגעהאלפן די רעליגיעזע בירגער, און דאס איז דער אויסרייד מיט וואס מען פאראדירט צו די אפענע בתי מדרשים, ס'הייסט אונז האמער טרררררראמפ!

ברודער טייערער, טראמפ איז דער פרעזידענט אבער ער איז נישט קיין קעניג, וואוינסט אין ניו יארק און דו וועסט זיך צושטעלן ווי יעדער בירגער, האסט אן אישו גיי שתד'ל ביי די הויעכע פענסטער, גיי אפילו צו טרררררראמפ אליינס, אבער פירט זיך נישט אויף ווי די אנארכיסטן ווייל דאס וועט אייך אליין שיסן אין די פיס.

ראשי ומנהלי המוסדות, נאכן זייגן ס'געלט פון טויזענטע עלטערן וועלכע האבן פארלוירן די פרנסות אין דעם ביטערן קריזיס, ביטע גיבט צוריק דאס געלט און מיר וועלן שוין זען וואו מיר ווילן מחנך זיין די קינדער, דער עיקר איז נעמט אראפ אייערע הפקר'דיגע לאפעס פון אונזעגע קינדער.

צו די אויבער כמים וועלכע ציען זיך קיין אינדיאנא און אריזאנע מיט די אידעלאגיע פון וואוינען אין רעפובליקאנע שטאטן, קודם כל פרייט זיך מיר צו זען אז מיר וועלן שוין קענען טועם זיין פון די ליבעראלע ניו יארק ווערנדיג פטור פון די עקסטרעמע רעבעלן וועלכע קאנטראלירן אונזער לעבן, אבער גיבט מיר נאר א רוף ווען איר וועט זיך אנהויבן בענקען ערגעצוואו אינצווישן מעלקן אייערע קיען אויפן פארעם פארשוויצטערהייט צו די פראגראמען וואס די 'טריפהנע ליבעראלס' האבן אייך געשאנקען.

אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן!

(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט...)
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 9:46 am

מאך זיכער האט געשריבן:עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.
...
(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס...)


Civil disobedience

ווען דיינע רעכטען ווערן פארלעצט איז דא א מהלך וואס די לינקע און טריפהנע ליבעראלס פרעדיגען שוין יארן, און מיט שטאלץ!

איך גיי נישט אריין צי די געזעץ איז בכלל ליגאל, צי ס'האט א האפט צי נישט . (די סופרים קארט וועט דאס נאך דיבעטען פאר יארן)

געזעץ איז בכלל נישט די לעצעטע ווארט און די היינטיגע סיוועלייזט וועלט
געזעץ איז נאך פארבליבען פין די צייט וואס דער מושל האט געוועלטיגט אויף די המון
עקזעקטיוו ארדערס פין דעם אדער פין יענעם - קיינער פין זיי זענען נישט קיין קעניג!


איז דאס א מהלך פאר דעם עם לבדד ישכון?
וואס יא וואס נישט...
שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' כדי נישט צי באקימען א טיקעט- גרעניץ זיך מיט התגרות באומות!! - ווער ווייסט??

@מאך זיכער האט זיכער א גאנג... מיט וואס ער איז זיכער...



curtis-sliwa-defies-de-blasio-swim-ban-in-front-of-parks-cops
איים סארי, אויך א רעכטער משוגענער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג מאי 25, 2020 4:42 pm, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג מאי 25, 2020 10:19 am

@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט), ס'קימט אין גרעסטן טייל צוליב: עקזיסטענציאלע ליידיקייט, ''איסתרא בלגינא קיש קיש קריא'' (וואס גראדע איז די רעגירונג היפש שולדיג דערין - איך האף נאר אז זיי וועלן דאס זעהן ווי א פראטעסט פאר א בעסערע חינוך)

אנדערש איז אבער ווען אנדערע מינאריטעטען פראטעסטירן: הגם ס'קען זיין ווילדער און היציגער, אבער כאטשיג שרייען זיי אז זייער ציל איז: פרייהייט, גלייך-בארעכטיקייט, אינעקוואלעטי, וכו' זענען זייערע מאטיווען ריכטיג?! איך ווייס נישט, אבער אין די ענדע הערטס זיך א געשריי פאר עפעס וואס מיר אלע שטרעבן דערצו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך במדבר אום מאנטאג מאי 25, 2020 7:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 25, 2020 10:34 am

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן ווען מיר ווערן גוים און ווען נישט. ציווילע אומהארכשאפט איז א גויישע ווירדע, ווי אויך דער אמעריקאנער מושג פון ליבערטי. אז אידן גיין, מיט א טראגע און שפראך פון אידן, און זענען מוחה פאר 'ליבערטי', איז עס א שאנדע. און מיין נישט אז דער גוי וואס איז פונקט מיט דיר יעצט שעצט דיר דערפאר. דער לינקע האט דיר זיכער פיינט דערפאר, און דער רעכטער נוצט דיר אויס. קיין פינגער אין קאלט וואסער וועט ער נישט אריין לייגן פאר דיר.

דער תורה לייגט נישט ליבערטי פאר אן אויבער-ווירדע, ווי אויך נישט ציווילע אומהארכשאפט. מיר לעבן אין א ציבור, און ציבורישע זאכן מוזן געפירט ווערן דורך דער ציבור, אפילו ווען זיי זענען נישט גערעכט. עס איז דא וואלן ווי אויך אנדערע וועגן אפצושטעלן זייער גרייזן, און עס וועט נישט פאסירן איבערנאכט. אבער דאס קעמפפן מיט הענט און שרייעריי איז נישט אין פלאטץ. און פון א אידישע שטאנדפונקט, אפילו פאר וויכטיגע צוועקן פון תורה ומצוות, איז עס נישט מותר זיך צו פירן ווילד, ווייל דאס מאכט א קנין בנפשו פון ווילדקייט, כמבואר בפוסקים.

אלזא, די ערשיינונג (לויט ווי עס איז געשטאנן אין די נייעס אימעיל וואס איך האב היינט באקומן פון דער JP, איך ווייס נישט ערשטהאנטיג וואס איז דארט געשען) מוז פארדאמט ווערן דורך יעדער רעכטדענקיגע מענטש וואס שפירט אן אחריות פאר זיין ברידער אידן אין ברוקלין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9091 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 1:37 pm

במדבר האט געשריבן:@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט)

העלף מיר פארשטיין, פארוואס זאל אויספעלען צי וויסען די נאמען "צווילע רעכטן" אדער "ליבערטי" וכו' צי בארעכטיגן ביי דיר סיוועל דיסעבידיענס?

אויב פייט איך פאר א צווייטע זאך וואס איז פין מיינע ווירדען, למשל די רעכט פין בהמות אדער פין די וואלקן, בין איך נישט בארעכטיגט ?!?
איך דארף זיך קודם דארך שמיסען מיט מל"ק?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מאי 25, 2020 2:33 pm

במדבר האט געשריבן:@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט), ס'קימט אין גרעסטן טייל צוליב: עקזיסטענציאלע ליידיקייט, ''איסתרא בלגינא קיש קיש קריא'' (וואס גראדע איז די רעגירונג היפש שולדיג דערין - איך האף נאר אז זיי וועלן דאס זעהן ווי א פראטעסט פאר א בעסערע חינוך)

אנדערש איז אבער ווען אנדערע מינאריטעטען פראטעסטירן: הגם ס'קען זיין ווילדער און היציגער, אבער כאטשיג שרייען זיי אז זייער ציל איז: פרייהייט, גלייך-בארעכטיקייט, אינעקוואלעטי, וכו' איז זייער מאטיוו ריכטיג?! איך ווייס נישט, אבער אין די ענדע הערטס זיך א געשריי פאר עפעס וואס מיר אלע שטרעבן דערצו.

במדבר: דא ווירקט אן אנדער עלעמענט ווען מיר פארגלייכן די פראטעסטן פון אידן מיט אנדערע מינאריטעטען. ס'איז אזוי ווי איינער פון די וועלט'ס גרעסטע רוצחים, סטאלין אדער היטלער, ימ"ש האטציך אמאל אויסגעדרוקט. ווען מ'האט איהם געזאגט אז דער פויפסט האט פראטעסטירט. האט ער געפרעגט (רעטאריש)..."וויפיהל (מיליטערישע) דיוויזיעס האט דער פויפסט?...! אונז קענען אויך פרעגן די זעלבע פראגע . וויפיהל טויזנטער חיות קענען מיר ארויסברענגען איבערצודרייען און פארברענען די שטאט...?! אבער די אומשולדיגע שעפעלעך פון די אזוי גערופענע מיינאריטיס קענען דאס יא באווייזן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג מאי 25, 2020 4:08 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:@הקטן: לאמיר זיך נישט נארן! די בחורים אינטרעסירט נישט קיין צווילע רעכטן (ניטאמאל ווייסן זיי איר באדייט), ס'קימט אין גרעסטן טייל צוליב: עקזיסטענציאלע ליידיקייט, ''איסתרא בלגינא קיש קיש קריא'' (וואס גראדע איז די רעגירונג היפש שולדיג דערין - איך האף נאר אז זיי וועלן דאס זעהן ווי א פראטעסט פאר א בעסערע חינוך)

אנדערש איז אבער ווען אנדערע מינאריטעטען פראטעסטירן: הגם ס'קען זיין ווילדער און היציגער, אבער כאטשיג שרייען זיי אז זייער ציל איז: פרייהייט, גלייך-בארעכטיקייט, אינעקוואלעטי, וכו' איז זייער מאטיוו ריכטיג?! איך ווייס נישט, אבער אין די ענדע הערטס זיך א געשריי פאר עפעס וואס מיר אלע שטרעבן דערצו.

במדבר: דא ווירקט אן אנדער עלעמענט ווען מיר פארגלייכן די פראטעסטן פון אידן מיט אנדערע מינאריטעטען. ס'איז אזוי ווי איינער פון די וועלט'ס גרעסטע רוצחים, סטאלין אדער היטלער, ימ"ש האטציך אמאל אויסגעדרוקט. ווען מ'האט איהם געזאגט אז דער פויפסט האט פראטעסטירט. האט ער געפרעגט (רעטאריש)..."וויפיהל (מיליטערישע) דיוויזיעס האט דער פויפסט?...! אונז קענען אויך פרעגן די זעלבע פראגע . וויפיהל טויזנטער חיות קענען מיר ארויסברענגען איבערצודרייען און פארברענען די שטאט...?! אבער די אומשולדיגע שעפעלעך פון די אזוי גערופענע מיינאריטיס קענען דאס יא באווייזן...!


ווייל מיר זענען דעמאגראפיש קלענער, מאכטס עס אינז נישט ווייניגער געפארפול, עס איז די אידיאלען (אויב מ'קען אזוי ריפען רעאקציעס?!) וואס ברענגט אינז אימפארשטענדליכע פראבלעמען ווי אימער מיר געפינען זיך.
נאר פשוט דארט ווי מיר זענען א מיעוט מאכן מיר ווייניגער קאפווייטאג, און דארט ווי מיר האבן זיך מפרה ומרביץ געווען זענען אינזערע מוטשענישן מיטגעוואקסן, ס'געניג צו קוקען אויף מדינת ישראל ווי מיר זענען א באדייטענטע פראצענט פון די באפעלקערונג, און מיר שטעלן שוין איצטער א געפאר: בעיקר עקענאמיש אבער אויך פאר איר זיכערהייט.
א געזעלשאפט וואס שעצט נישט ''געזעץ'', באגייט קודם פארברעכענס מיט אירע אייגענע מיטגעלידער, און נאכדעם טוט עס זיך נאטירלעך דערקייקלען צו פרעמדע: צווילע אדער רעגירונגס איינגעשטעלטע.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג מאי 25, 2020 4:21 pm

הקטן האט געשריבן:Civil disobedience

ווען דיינע רעכטען ווערן פארלעצט איז דא א מהלך וואס די לינקע און טריפהנע ליבעראלס פרעדיגען שוין יארן, און מיט שטאלץ!

איך גיי נישט אריין צי די געזעץ איז בכלל ליגאל, צי ס'האט א האפט צי נישט . (די סופרים קארט וועט דאס נאך דיבעטען פאר יארן)

געזעץ איז בכלל נישט די לעצעטע ווארט און די היינטיגע סיוועלייזט וועלט
געזעץ איז נאך פארבליבען פין די צייט וואס דער מושל האט געוועלטיגט אויף די המון
עקזעקטיוו ארדערס פין דעם אדער פין יענעם - קיינער פין זיי זענען נישט קיין קעניג!


איז דאס א מהלך פאר דעם עם לבדד ישכון?
וואס יא וואס נישט...
@מאך זיכער האט זיכער א גאנג... מיט וואס ער איז זיכער...



curtis-sliwa-defies-de-blasio-swim-ban-in-front-of-parks-cops
איים סארי, אויך א רעכטער משוגענער

איך זעה נישט פונקטליך וואו אייער תגובה קומט דא אריין, די ארטיקל איז נישט געוואנדן צו די וועלכע האבן געעפנט די געשעפטן נאר צו די וועלכע האבן נאכגעשריגן די פאליציי.

איר זענט נאך א דוגמא פון אן אומדורכגעטראכטער קאמענטירער וואס צוליב אייך האב איך צוגעשריבן די לעצטע שורה אינעם אשכול.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

Re: וְכָל חַיּוֹת לֹא יַעַמְדוּ לְפָנָיו וְאֵין מַצִּיל מִיָ

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 25, 2020 4:33 pm

@ליטוואק פון בודאפעסט איך פארדאם אויך די נעכטיגע אויפפירונג, און עגרי אז לא זו הדרך.
אבער לגבי וואס די האסט געשריבן:

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיר לעבן אין א ציבור, און ציבורישע זאכן מוזן געפירט ווערן דורך דער ציבור, אפילו ווען זיי זענען נישט גערעכט. עס איז דא וואלן ווי אויך אנדערע וועגן אפצושטעלן זייער גרייזן, און עס וועט נישט פאסירן איבערנאכט. אבער דאס קעמפפן מיט הענט און שרייעריי איז נישט אין פלאטץ.


ווען עס האנדלט זיך מיט אונזער עקאנאמיע און ביזנעסער ליידן די לעצטע דריי חדשים געפערליך, א שיינע פאר ביזנעסער זענען שוין באנקראט, און מ'הערט נישט קיין ווארט אז אונזערע פארטרעטער זאלן זיך אננעמען פאר אונז, - און דאס אלעס בעת די גרויסע געשעפטן פירן זיך כאילו לא היה און פארכאפן די גאנצע ביזנעס מארקעט! - און פאר אונז ברוקלינער איינוואינער זעט אויס ווי די סכנה פונעם ווירוס איז שוין לאנג פאראיבער (עכ"פ מאסן אנטיבאדי טעסטינג וואלט שוין געמעקט פארקומען, און החלטות געמאכט געבויט אויף דעם).

דאן קען מען נישט ווארטן פאר "וואלן אדער אנדערע וועגן", עס דארף יא פאסירן זאכן איבערנאכט!
(און דאס אלעס נאכדערצו ווען די עולם האלט אז פאליטיק שפילט א שטארקע ראלע).

שרייען אויף אומשולדיגע פאליציאנטן - ניין!

עפענען ביזנעסער ברעכנדיג די עקזעקיוטיוו ארדער - יא!

עס נעמען אין געריכט - יא, אבער דאס וועט נעמען צו לאנג!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 779
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג מאי 25, 2020 6:37 pm

100% מיין בארבער איז יעצט אוועקגעגאנגען פון מיין הויז און ער האט מיר געזאגט אז פון פורים מאכט ער שוין נישט קיין געלט און לויט ווי עס זעט אויס וועט ער מער נישט קענען אנגיין נאך קאראנע מיט זיין שאפ.

מיט דעם אלעם איז נישט מעגליך צו בארעכטיגן די ווילדע שריט וואס די יונגווארג אין ברוקלין האבן גענומען.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג מאי 25, 2020 7:51 pm

איך קען נישט פארשטיין דיין אויסברוך אויף די שרייער, כ'האב געזעהן מערערע ווידעאויס דערפון און זיי פירן זיך בכלל נישט ערגער ווי סיי וועלכע אומה ולשון!
איך בין Fully מיט דיר אז אונזער חינוך סיסטעם איז פארפוילט אבער "נישט דא" זעהט זיך עס אן.. אדרבה ווייז מיר סיי וועלכע מינאריטעט וואס פראטעסטירט אן די מינדסטע Violence..
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג מאי 25, 2020 9:55 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין דיין אויסברוך אויף די שרייער, כ'האב געזעהן מערערע ווידעאויס דערפון און זיי פירן זיך בכלל נישט ערגער ווי סיי וועלכע אומה ולשון!

איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, ס'דא א קלא דלא פסיק, נישט מער און נישט ווייניגער, מען האט געשריגן 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' !!! 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' !!!
און דאס האט מען געשריגן אויף די פאליציי, און נישט סתם געשריגן נאר גאר אויף.. אויף.. אידיש!!!
וואו איז שייך מער וויילענס פין דעם!!
ועל זה יצא הקצף!!!




דיסקלעמער: בלעם מיך נישט! ווייל איך בין און כעס! און איך נעם לייסענס צי בארעדן א יעדעם איינעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג מאי 26, 2020 10:29 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג מאי 26, 2020 4:04 am

הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער...



הייסט עס, האסט טאקע נישט געזעהן. נאר...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2523
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג מאי 26, 2020 4:18 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין דיין אויסברוך אויף די שרייער, כ'האב געזעהן מערערע ווידעאויס דערפון און זיי פירן זיך בכלל נישט ערגער ווי סיי וועלכע אומה ולשון!
איך בין Fully מיט דיר אז אונזער חינוך סיסטעם איז פארפוילט אבער "נישט דא" זעהט זיך עס אן.. אדרבה ווייז מיר סיי וועלכע מינאריטעט וואס פראטעסטירט אן די מינדסטע Violence..

דאס איז טאקע די אישו, אז אידן וועלכע פרובירן זיך אהערצושטעלן אלס די אויסדערוועלטע פאלק זאלן זיך אזוי אויפפירן, קיין איין רעכטדענקנדער מענטש וועט דאס נישט פארשטיין, און ווייאלענס איז קיינמאל נישט מותר!
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מאי 26, 2020 11:46 am

זעהנדיג די ווידיאס קען מען זעהן ווי אידן פירען זיך איידל און שיין אפילו בעת צערם לעומת די גוים וואס צינדען קארס און הרג'נען מענטשן.

גארנישט שלעכט מיט שרייען אביסעל בקול רם.

איך זאג נישט אז דער מהלך איז דער ריכטיגער, אבער דער קריטיק אז מען פירט זיך ווי א חברה פראים איז הויך איבערגעטריבן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2649
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1390 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג מאי 26, 2020 11:51 am

וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געזען קיין איין ווידעא, אבער...

הייסט עס, האסט טאקע נישט געזעהן. נאר...

פארוואס זאל איך נישט גלייבן מאך זיכער?

מאך זיכער האט געשריבן:עס איז פארהאן א געזעץ, די געזעץ האבן נישט די נ.י.פ.ד. אפיצירן געשטעלט, דאס קומט פון העכערע פענסטער, זיי זענען דא אויסצופירן זייער ארבעט, בסך הכל ס'זעלביגע וואס דו פארלאנגסט יעצט פון די אינסטאנצן אז מען זאל דיר לאזן, און ווען זיי קומען איז דא א וועג וויאזוי מען פירט זיך אויף טראץ וואס מען וויל נישט פאלגן, און דער וועג איז נישט דורכן שרייען אויף אידיש אז 'ווילאנג זיי זענען דא זאל מען טראגן א מאסקע' ווייל דער אלטער אזיאטישער מארמאראשער וועג פונקציאנירט שוין נישט מער.


ברודער טייערער, טראמפ איז דער פרעזידענט אבער ער איז נישט קיין קעניג, וואוינסט אין ניו יארק און דו וועסט זיך צושטעלן ווי יעדער בירגער

(געשריבן אן קיין ישוב הדעת אונטער גרויס כעס, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט...)




ב.ד.וו ס'קוקט אויס אז מאך זיכער איז שוין נישט אזוי זיכער אז "געזעץ" איז איבער אלס
מאך זיכער האט געשריבן:איך זעה נישט פונקטליך וואו אייער תגובה קומט דא אריין, די ארטיקל איז נישט געוואנדן צו די וועלכע האבן געעפנט די געשעפטן נאר צו די וועלכע האבן נאכגעשריגן די פאליציי.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג מאי 26, 2020 1:38 pm

מאך זיכער האט געשריבן:100% מיין בארבער איז יעצט אוועקגעגאנגען פון מיין הויז און ער האט מיר געזאגט אז פון פורים מאכט ער שוין נישט קיין געלט און לויט ווי עס זעט אויס וועט ער מער נישט קענען אנגיין נאך קאראנע מיט זיין שאפ.

מיט דעם אלעם איז נישט מעגליך צו בארעכטיגן די ווילדע שריט וואס די יונגווארג אין ברוקלין האבן גענומען.

וועלכע ווילדע שריט? זיך עפענען דאס מויל און נוצן קאנסטיטוציע רעכטן? דאס איז שוין אויך נישט בארעכטיגט?

ס'איז טאקע נישט איידל און נישט אידישליך, אבער אויב אזוי פירט מען זיך אויף לעגאלערהייט נאך 3 חדשים נישט זיין אין חדר/שולע, ניטאמאל אנליין דורך זום וכדו', איז עס א קידוש ה'. מען קען זען אויף די פאליציי פנימ'ער אז זיי נעמען עס אן נארמאל און פארשטענדליך. עס איז לעגאל און נארמאל.

אשריך ישראל!
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט