מאך זיכער האט געשריבן:עס איז איבריג צו מגיב זיין נאך אזוינע קלארע דיבורים.
ענליכס צו דעם האב איך געשריבן אין מיין ערשטן אשכול דא אין שטיבל.
viewtopic.php?f=4&t=11849
מ'דערציילט עס אויפ'ן פריערדיגע קלויזענבורגער רב.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין לעצטע מימרא קומט פון הרב אלחנן וואסערמאן, וואס האט געזאגט "דער תירוץ ליגט ביי די עסקנים אין קעשענעס'. עס איז געדרוקט געווארען אין די נייע קובץ מאמרים ואגרות.
און דאס איז די מקור, מיט די נוסח פון ר' שמחה וואסערמאן זצ"ל
פרעגסט גוט, לאמיר ערקלערן מיין שטעלונג. (@כוכב האט עס זייער שיין ערקלערט).אישתישבי האט געשריבן:@פארוואס
איך וויל פארשטיין אביסל קלארער, זיי זאגן אז דער טאטע וויל נישט די קינדער זאלען זיין פרום, און די זאגסט;
א. אמת, אבער זיי האבן נישט צו זאגן קיין דעה.
ב. נישט אמת, זיי זאגן עס נאר כדי צו שאפען געלט.
איך האב גראדע געטראכט דערפון, איך געדענק נישט אויב מ'האט שוין אמאל דא געשמועסט דערפון, אבער עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו איבערגיין די דעטאלן.קאך_לעפל האט געשריבן:יוסלע שוכמאך דערמאנט אייך פון עפעס?
מ'האט געקערט וועלטן אים צו פארכאפן און צו אים האלטן פארכאפט! אזש די מוסד און די שב''כ זענען געווען געצווינגן זיך ספארעווען מיט די חרדישע קאנטעניסטן.
איין גוטע זאך איז דאן ארויסגעקומען פון די סמוטאכע, אז רבי עמרם בלוי ז''ל האט ענדליך געפונען די ליבע פון זיין הארץ און איר געהייראט אין פריידן, אין אויסטויש פאר איר העראאישע ראלע אין די העכסט-געוואגטע פארכאפונג.
כוכב האט געשריבן:איך וויל פארשטיין די לאגיק פון אזא קאמפיין ווי אין לאנדאן, מיט דעם מהלך דארף מען פשוט גיין קידנעפן אלע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן צו פרייע עלטערן, אדער צו נישט אזעלכע פרומע עלטערן וואס גייען נישט צום כותל אדער וואס טרונקען מים חיים, ווייל מיר זענען דאך אחראי אויף די קינדער זיי צו ראטעווען פון שמד ווי דאס צעטל זאגט קלאר עדות מיט באלד און אייטאליק אותיות. ווי אויך מענטשן וואס ס'איז מעגליך אז זיי וועלן דאווענען מנחה נאך די שקיעה, אדער גאר שיקן די קינדער צו מוסדות וואס לערנןן נישט קיין ענגליש, אדער לערנן בקיאות אנשטאטס בעיון, אדער זינגן א-ל אדון ביי שחרית יעדער שבת
פייסיס האט געשריבן:חסידים הראשונים... יעדער איז פארנומען מיט דעם חסידים הראשונים, און מ'געבט שוואך אראפ א דעטאלירטן פיגור, וואס כזה ראה ועשה! כאילו אין חסידים הראשונים זענען נכלל אלץ און אלעמען וואס זענען שוין איינגעהילט אין וואלקענעס.
אבער יעך האב דווקא יא גענומען די צייט צו שטודירן דעם טערמין 'חסידים הראשונים', און עס צעלייגט אויף טעלערלעך – ביי מיר אין מחשבה, און אצינד אויף פאפיר.
ס'דארף צו הייסן אז אמאל אינדערהיים איז געווען א העכערע וועלט, עפעס וואס מיר גרייכן נישט זייער גדלות אפילו מיט טאטש! און ס'דערמאנט זיך מיר דאס ווערטל; אז אמעראצעם און רשעים האבן נישט איבערגעלאזט קיין דורות... והא ראיה, אז וועסט קיינמאל נישט געפונען א מציבה ערגעץ וואו, וואס זאל צייגן אז דארט ליגט דער עם-הארץ פון פולין, אייניקל פונעם באקאנטן מסור פון ליטא, צו, בן אחר בן פונעם אויסגערופענער ליידיגייער פון סלאוואקיע... מוז זיין אז נאר צדיקים וחסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעלאזט נאך זעך דורי דורות.
עפעס די אלע שייגעץ שטיק וואס מ'וויל נישט פארציילן – פון אמאל, איז געווען דורך יענע אמעראצים וואס האבן געקריגן כרת וערירי... און ס'נישטא היינט קיין אפשטאם כאטש פון א שטיף טאכטער, גארנישט.
אלא מאי אז איך ווייס דאך יא נעמען און יענעמס אייניקלעך אויך... הייסט עס אז עפעס שטימט נישט דא.
יעדער האט צו פארציילן פון זייערע אבות און אלטע היים פיגורן; ס'געווען די בעלזע און ראדאמסקע יושבים, די גערע קעפ און לובלינע עילוים, קעשעניווער בעלי תלמוד, די פרעשבורגע תלמידים און חברים, די בראדע חכמים און קלויזניק'ער און ליטווישע גדולים. און דאס איז אלץ גערעדט בלויז אין אייראפע, ווי עפעס דארט זענען עס געווען די חסידים הראשונים... לויטער וואוילע נשמות, ומום אין בם, נישט קיין שמץ ופסול פאר קיין פארדאכט חלילה.
אויך דעם גאון פון ווילנע האט מען גערופן 'חסיד', אזוי די פרושים למיניהם אלעס וותיק וחסיד, אוודאי די כת החסידים ספעציעל די ראשונים – ערשטע, און ס'בלייבט נישט איבער קיין ארט פאר'ן עם הארץ נאר אינעם פארגעסעניש אפגרונד.
איז וואס איז מיט די אלע שפיצלעך און שטיקלעך וואס מ'האט זיך גע'אמפערט צווישן קהילות און הויפן, זענען אלעס געווען בלויז די אפפאל? די ארויסגעפאלענע? און די מזרח יודען – יענע פונעם אויבערשטן פונעם שטייסל, זיי זענען געווען כולו לבן???
כ'מיין אז נישט... כ'ווייס אז נישט... אלא מאי דארף מען לערנען פשט אינעם חסידים הראשונים, אויף א גאר פרטות'דיגע טייטל, און צייגן זייער קלאר, דאס יא דאס נישט, ער יא ער נישט...
ס'געווען הריגות צווישן גער און אלכסאנדער, וואו ס'געפאלן בלוטיגע קרבנות, און מ'הערט נישט דערמאנט אז ס'האט עס אנגעדרייעט איינער פון די יושבי קרנות.
ס'געגאנגן א שטעכעריי – מיט'ן איינציגער מאראסטיגער גאפל וואס האט זיך אפגעפונען אין בעלז, און מ'האט למען השם געציפט און געריסן, געטראסקעט און מסדר געווען... ווער זענען עס געווען, נישט די חסידים הראשונים? נאר ווער? די גרינע קאסקעטן? די שווארצע שווענץ? ווער?...
ס'פארציילט זיך אזוי זיס פונעם יעמערינגער ישיבה, און טעגלאשער טעג עסן, און עיקר חסר מן הספר, די אלע אגדתא'ס וואס זיידי באבי בייסן די ליפן מיט פארבאטענע געלעכטער, און מאכן מיט'ן האנט א ביטול באוועגונג; נו שוין... נישט קיין נאפקעמינע... אקיצער ווייטער... נישט צום רעדן דערפון... איז דאס אויך געווען בלויז יענע? נישט די חסידים הראשונים? ווער איז ווער? וואס איז ער?
ווען מ'האט געווארפן פאשקעווילן און חרמים, פון ווילנע קיין מעזריטש, זענען עס אויך געווען יענע וואס האבן נישט געקענט קיין הלכות לשון הרע? די ריקנים שבך?? אדער גאר די גרעיסע... די סמעטענע... די אויסגעהאלטענע... דעם אייבירשטנס פאליציי... אפשר נישט! אפשר איז עס געקומען פונעם ארעמער וואסער שעפער...
כ'וויל פרטים דא... איז חסידים הראשונים די לומדים, צו די תמימים? די ברייטע קעפ, צו די שמאלע קעפ? די תורה יודען צו די עבודה יודען... און ווי יענער האט פארשריגן איינעם אלץ כופר בעיקר, זאגט דער צווייטער צוריק; ווענדט זיך עס נאר וואס איז ביי אייך דאס עיקר...
אז מ'האט אין בעלץ זעך געפיערט צו ברענען שפענדלען מיט'ן נעגל שניידן, האט מען געבראכן שפענדלען פונעם אייגענעם היים מעבל, צו דעמאלטס איז די קלויז טישל געווען דיין שעיר לעזאזל...
ווען טון א צדקה איז געווען די קאסע פון די לומדים, יענע וואס שלאפן אויף די בענק און בייסן הערינג מיט תוספות, זענען זיי די חסידים הראשונים? אדער די ל''ו-ניקס וואס ווארפן האלץ פאר ארעמע פארפרוירענע נשמות...
ווען כ'קוק מיך צו היינט, אין יעדע קלויז און אין יעדע קהילה, דארף איך נישט קיין גרויסע מר בר רב אשי מיר פושט זיין דעם היסטארישער פראגע, ווייל איך זע גענוי וואס כ'האב זיך געענטפערט אין אנהייב. מ'דארף צונעמען יעדעס פיגור אויף טעלערלעך, און די חסידים הראשונים זענען גאר אנדערש געפארעמט און גערעכענט ווי דאס וואס די עולם גולם שטעמפלט אפ.
יענע וואס דו מיינסט ער איז פון די יסודי עולם, ער איז גאר א צעלייגער וואס זייגט פרישע יונגע בלוט פאר זיין טעגליכע פארציע, און זעט נאר יענעמס פלעקן.
דאקעגן, דער וואס איז ביי דיר א שתי פנים, ווייל ווי די שעפסעלע מיט'ן גע'גנב'טע שטרוי האטסטו עהם געכאפט מיט א עבירה'לע וואס איז בכלל נישט דיין עסק, אבער אין דיינע גראב-געפרעסענע אויגן איז ער א פאפער און גונב דעת הבריות, פונקט ער איז גאר אינעם כלל פון חסידים הראשונים, וואס כל העולם ניזון בשבילו, און עהם איז גענוג א טעלער קאשע משבת לשבת.
יעצט לאמיר ווידער הערן דעם טיטול; חסידים הראשונים... אנשי מעשה וזקנים... ס'צייט אוועקנעמען דעם מייקריפאן און טייטלען, גנבים הראשונים, אנשי מעשה'לעך... וזקני שרצים. דאס אמת'ע טיטול לאזט איבער פאר יענע וואס קלערן נישט דערפון.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט