גאלאנטער רב: "נישט דערהערט געווארן אז מ'זאל מבזה זיין ת"ח!"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

גאלאנטער רב: "נישט דערהערט געווארן אז מ'זאל מבזה זיין ת"ח!"

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 26, 2020 5:31 pm

אין א פייערדיגער דרשה קעגן די היימישע סיקריקים וועלכע פירן א מערכה קעגן די רבני סאטמאר וומ"ס אויף זייער שטעלונג בנוגע לימודי חול, האט האדמו"ר מגאלאנטע פייערדיג אראפגעריסן זייער האטליין:

"עס נישט דערהערט געווארן ביי ערליכע אידן אז מ'זאל מבזה זיין תלמידי חכמים ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דו, אפילו ווען דו ביסט מברר אז ס'איז ערקתא דמסאנא, און יענער האלט אז נישט, האסטו נישט קיין רעכט צו מבזה זיין א תלמיד חכם."

:lol: :lol: :lol:

כ'בין זיכער אז פונקט ווי איך, האט איר אויך אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער הערנדיג אזעלכע ווערטער פון א וויליאמסבורגער רב וועלכער איז אפיליאירט מיט דער סאטמארער קהילה. סאטמאר האט זיך אייביג אויסגעצייכנט מיט כל מיני לשונות של גנאי קעגן יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן, אנגעפאנגען ביי די דברי גנאי קעגן הגראי"ה קוק ז"ל אין שו"ת דברי יואל, און געענדיגט ביי די דברי נאצה אין די סאטמארער צייטונגען קעגן הג"ר שלמה גורן, הג"ר עובדיה יוסף, הגרי"ש אלישיב, הגר"י ראטה, הגר"א לייטנער, הגרי"ט ווייס, הגר"מ שטערנבוך, ועוד ועוד ועוד, ואטי כי רוכלא ליחשיב וליזיל.

דער גאלאנטער רב גייט ווייטער און איז מסביר אז ס'איז נישט אמת אז אין סאטמאר איז דאס געווען די שפראך, ווייל דער סאטמארער רבי האט קיינמאל נישט פארשריגן דעם וויענער רב וואס ביי זיי האט מען געגעסן מאשין מצות...

גאלאנטער רב, אפשר האט דער סאטמארער רבי אליין טאקע נישט גענוצט אזעלכע לשונות של גנאי קעגן יעדן, אבער ער האט דאך געהאט א צייטונג צו טון דער ארבעט פאר אים. א האטליין האט נישט קיין דין סאטמאר רבי, נאר א דין צייטונג. נאט אייך אביסל פון אייער אייגענעם מעדיצין -- ראו גדולים שגדלתם.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2567 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג מאי 26, 2020 8:43 pm

אבער די נקודה איז ריכטיג, אז סאטמערער רב אליינס האט טאקע נישט בארעדט קיין יחיד בפומבי,
אויסער הראי"ה זצ"ל שזכה לטיטעל 'שר"י' אחר שמו,
לעומת זה, דער הייליגן מונקאטשער זי"ע, האט זיך יא געפיהרט אזוי.
לכאורה די מנהג פון אראפרייסן א יחיד באופן פומבי, האבן אריינגעברענגט קיין סאקמער די מונקאטשע תלמידים
וואס זענען געוועזן דיסאפוינד אז דער רבי ימח שמו איז געווארן א ליבעראל, און מעהר נישט אראפגעריסן קיין אנדערע גדולים.
אפשר איינער וואס קען בעסער די היסטאריע קען צו-לייגן אפאר צענט.

@ליטוואק פון בודאפעסט אפשר קענט איהר ברענגען פונעם וואדריטשער רב די סדר ההשתלשלות פונעם מנהג קלוקל.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מאי 26, 2020 9:50 pm

נקודת אמת: אונז דינג מיר זיך אהער און אהין אויב מ'האט אין סאטמאר יא געזאגט אדער נישט געזאגט שר"י אדער ימ"ש אויף דעם רב אדער יענעם גאון וצדיק.

נאר הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א האטציך שוין אויסגעטשוכעט פון אט די אלע סאטמאר'ע מנהגי האמורי.

און טאמער ווילסטו בודק זיין זיין קנאות. דאס יא. ער איז געבליבן א קנאי כמימי קדם. אזוי אז אפילו זיינע גרעסטע קעגנער קענען איהם נישט באשולדיגן אז ער איז נתפס געווארן לציונות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13890
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15879 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8980 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג מאי 28, 2020 11:48 am

גאלאנטע רב איז א שקרן ווי העניך האט שוין אנגעוויזן. ווי סאטמאר האט יא מבזה געווען רבנים, ר' אברהם לייטנער, קאשויער רב, ר' יחזקאל ראטה ועוד, סיי מיט זייערע צייטונגען און סיי זייער אייגענע רבי האט געהאלטן דרשות. ר' אברהם לייטנער און נאך האבן מבזה געווען און אראפגעריסן קאשויער רב ביי די חלב פרשה, און בעלזע רב א יאר עטליכע יאר פארדעם. זיך מאכן טאמעוטאטע און יארע צוואנציג צוואנציג ווי כאילו דער גאלאנטער איז יעצט ארויסגעקראכן פון א הייל און ווייסט נישט וואס דא איז פארגעקומען פאר צוואנציג יאר איז א חוצפה און עזות מצח.

אבער חוץ פון דעם איז ער א היפאקריט אויך, לאמיר זאגן אז א עולה איז עולה און מ'טאר נאכאלץ נישט מבזה זיין קיין רבנים, זאגטס מיר אבער רב אייכנשטיין, און וואס איז מיט א פשוטער איד? א ארגעניזאציע? זיי איז יא הותר דמם פארוואס מעגט איר אין די זעלבע דרשה אראפרייסן חברת הצלה און שומרים ווי די קלי שבקלים? האבן זיי דען נישט געהאט רבנים אויף וועם זיי האבן זיך פארלאזט? צו ווייל דער שומרים מעמבער איז נישט קיין קינד פונעם פאדייהצער גנב, איז שוין הותר דמם אז מען קען זיי שוין רופן מחריבי קרתא? ילמדנו רבינו.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1081
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1328 מאל

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג מאי 28, 2020 12:23 pm

ווי האט יענער געזאגט? ימח שמו מיינט גארנישט, עס איז ס''ה א וועג פון זאגן ''מיר האלטן אנדערש ווי אייך''...
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

גאלאנטער רב: "נישט דערהערט געווארן אז מ'זאל מבזה זיין ת"ח!"

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מאי 28, 2020 12:41 pm

איך האב נאר אויסגעהערט די ערשטע 10 מינוט פונעם דרשה און טאמער איז דאס א רעפּרעזענטעטיוו סעמפל פונעם גאנצן דרשה האט עס, לענ״ד, אסאך... עםם... ״אינטרעסאנטע״ פונקטן בכלל.

צוויי אנדערע פונקטן (אחוץ די סארט רעוויזשיניסט ראָזי רעטראָספּעקשאן וואס @העניך האט דערמאנט, וואס קומט סתם אזוי צו בהכרח אויף אנצוהאלטן די נערעטיוו) וואס האבן ארויסגעשטארצט צו מיר זענען געווען:

1). איך האב פארשטאנען פון אים אז ער האלט (אין א וועג) אז פרויען׳ס אומצניעות בנוגע זיך פארבן און זיך נישט אפשערן די האר, ווי אויך סמארטפוֺינס, זענען א גורם צום קאוויד-19 מגיפה. אָםם... פרויען זענען געווען ווייניגער אומשטאנד ניזוק צו ווערן דערפון ווי מענער. די גמרא אין שבת סב: וואס ער ציטירט זאגט דאך אז ווען מ׳האט מעניש געווען דערויף פונעם זיך פארבן זענען די פרויען די וואס זענען נענש געווארן ע״ש. און טאמער וויל ער צוקומען ביי תגלחת נשים דערצו מכח נדר, וואס דעמאלטס בנים קטנים מתים ל״ע (שם לב:), שטימט עס ווייטער נישט. דאס איז ווייל קינדער זענען אויך געווען ווייניגער אומשטאנד ניזוק צו ווערן דערפון.

ווי אויך, קען מען דען נישט טענה׳ן אז וואס מ׳האט געזעהן ביי די קריזיס איז אז עס וואלט ווען שטארק ארויסגעהאלפן אויף צו קענען בעסער אנהאלטן די סדרי תורה אא״וו, די סארט קאנעקטיוויטי וואס די סמארטפוֺינס ברענגען ארויס? עניוועי...

2). די פונקטן האט ער נישט מורא צו זאגן. וואס ער האט יא מורא פון ״און ער גייט ליידן דערפון פונעם דאס זאגן״ און דאך נעמט ער די קוראזש דאס צו זאגן, איז קעגן די וואס זענען נאך מער עקסטרעם ווי ער און זענען מבזה די ווייניגערע עקסטרעם רבנים. איך פארשטיי נישט. לגבי תגלחת וקישוט נשים וכו׳, וואס ביי די זאכן טרעפן מיר אז מ׳האט געזוכט מתיר צו זיין זאכן כדי שלא תתגנה אשה על בעלה (כדוגמא, טאקע נישט ווייט פון די גמרא וואס ער האט ציטירט, להלן שם בדף סד:), וואס ביי די זאכן וואס ער דערמאנט איז עס גאר שייך וד״ל, דארט האט ער נישט מורא צו האקן קעגן דעם. וואס ער האט יא מורא פון איז פון די נאך מער עקסטרעמע.

איך גלייב אז דאס ווייזט אויפ׳ן כלל אז רעליגיעזע אינסטיטושוניליזעישאן קען צופירן דערצו אז ס׳ווערט בהכרח געצויגן מער און מער רעכט און עקסטרעם.

איך בין אים דן לכף זכות אז ער האלט באמת ביי זיך אז די פונקטן אויף וואס ער וויל מעורר זיין זענען ריכטיג לשלעצמם. ער האט נאר מחמת זיין פּעשׁאָן אויפצוטוהן דערין נישט געמאכט די ריכטיגע קאָנעקשׁאָנס און האט פארזעהן די סארט אינקאָנסיסטענסיס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דאנערשטאג מאי 28, 2020 2:25 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1411
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג מאי 28, 2020 12:44 pm

א לינק צו די דרשה ביטע?
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1068 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג מאי 28, 2020 4:30 pm

שמערל האט געשריבן:גאלאנטע רב איז א שקרן ווי העניך האט שוין אנגעוויזן. ווי סאטמאר האט יא מבזה געווען רבנים, ר' אברהם לייטנער, קאשויער רב, ר' יחזקאל ראטה ועוד, סיי מיט זייערע צייטונגען און סיי זייער אייגענע רבי האט געהאלטן דרשות. ר' אברהם לייטנער און נאך האבן מבזה געווען און אראפגעריסן קאשויער רב ביי די חלב פרשה, און בעלזע רב א יאר עטליכע יאר פארדעם. זיך מאכן טאמעוטאטע און יארע צוואנציג צוואנציג ווי כאילו דער גאלאנטער איז יעצט ארויסגעקראכן פון א הייל און ווייסט נישט וואס דא איז פארגעקומען פאר צוואנציג יאר איז א חוצפה און עזות מצח.

גאלאנטער רב איז נישט קיין שקרן, נאר איר האט נישט געהערט זיין דרשה.

ער האט קלאר געזאגט אז ביז תשל"ט איז נישט געווען אזא מושג פאר מבזה זיין אנדערע רבנים ברבים. מיט דעם איז ער פולשטענדיג גערעכט. איינמאל האט סאטמאר רב פריוואט געזאגט ימ"ש אדער שר"י אויף רב קוק. אויסער דעם האט ער קיינמאל נישט געהאקט אויף קיין שום יחיד בעולם, ניטאמאל א ראש הממשלה!

דער פותח האשכול איז דער זעלבער היפאקריט, פארן איגנארירן גאלאנטער רב'ס ווערטער אז ער רעדט פון די יארן ווען ער איז געווען א בחור.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג מאי 28, 2020 6:02 pm

מפיל קינד האט געשריבן:

גאלאנטער רב איז נישט קיין שקרן, נאר איר האט נישט געהערט זיין דרשה.
[/quote]

העניך האט געשריבן:"עס נישט דערהערט געווארן ביי ערליכע אידן אז מ'זאל מבזה זיין תלמידי חכמים ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דו, אפילו ווען דו ביסט מברר אז ס'איז ערקתא דמסאנא, און יענער האלט אז נישט, האסטו נישט קיין רעכט צו מבזה זיין א תלמיד חכם."

:lol: :lol: :lol:


דו לייקנסט אז ער האט דאס געזאגט?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1081
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1328 מאל

Re: גאלאנטער רב: "נישט דערהערט געווארן אז מ'זאל מבזה זיין ת"

הודעהדורך מארמאראשער » זונטאג מאי 31, 2020 1:45 pm

ער זאגט קלאר ווען איך בין געווען א בחור די דריי לעצטע געזונטע יארן פון רבין,
נאך תשכ"ח האט זיך זאכן אנגעהובן טוישן, פאר מער הערט אביסל וואודרידזשע רב

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג מאי 31, 2020 8:01 pm

עמעזאן האט געשריבן:א לינק צו די דרשה ביטע?

ווי קען מען הערן די דרשה?
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1068 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 31, 2020 11:19 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:גאלאנטע רב איז א שקרן ווי העניך האט שוין אנגעוויזן. ווי סאטמאר האט יא מבזה געווען רבנים, ר' אברהם לייטנער, קאשויער רב, ר' יחזקאל ראטה ועוד, סיי מיט זייערע צייטונגען און סיי זייער אייגענע רבי האט געהאלטן דרשות. ר' אברהם לייטנער און נאך האבן מבזה געווען און אראפגעריסן קאשויער רב ביי די חלב פרשה, און בעלזע רב א יאר עטליכע יאר פארדעם. זיך מאכן טאמעוטאטע און יארע צוואנציג צוואנציג ווי כאילו דער גאלאנטער איז יעצט ארויסגעקראכן פון א הייל און ווייסט נישט וואס דא איז פארגעקומען פאר צוואנציג יאר איז א חוצפה און עזות מצח.

גאלאנטער רב איז נישט קיין שקרן, נאר איר האט נישט געהערט זיין דרשה.

ער האט קלאר געזאגט אז ביז תשל"ט איז נישט געווען אזא מושג פאר מבזה זיין אנדערע רבנים ברבים. מיט דעם איז ער פולשטענדיג גערעכט. איינמאל האט סאטמאר רב פריוואט געזאגט ימ"ש אדער שר"י אויף רב קוק. אויסער דעם האט ער קיינמאל נישט געהאקט אויף קיין שום יחיד בעולם, ניטאמאל א ראש הממשלה!

דער פותח האשכול איז דער זעלבער היפאקריט, פארן איגנארירן גאלאנטער רב'ס ווערטער אז ער רעדט פון די יארן ווען ער איז געווען א בחור.

ווי קומט אריין וואס סאטמאר רבי האט געזאגט? א האטליין איז סאטמאר רבי? אין סאטמאר האט מען אראפגעריסן יעדן רב איבער דער וועלט וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן. ביטע פארדריי נישט קיין היסטאריע.

אבער דער עיקר איז ווי קומט דא אריין די תקופה פאר תשל"ט? גאלאנטער רב שרייט אז עס איז "נישט דערהערט געווארן אז מ'זאל מבזה זיין תלמידי חכמים!" ריעלי? אפילו לשיטתך טוט מען דאס שוין איבער פערציג יאר אין סאטמאר. אלע מ"ם יארן, און נו"ן יארן, און סמ"ך יארן, און עי"ן יארן האט ער רואיג געלאזט דורכשווימען אנגעפאקט מיט בזיון תלמידי חכמים, און פלוצלינג אין תש"פ שרייט ער מנהמת לבו אז ס'איז נישט דערהערט געווארן אזא זאך אז מ'זאל מבזה זיין א תלמיד חכם... פארוואס איז עס נישט דערהערט געווארן? ווייל פופציג יאר צוריק, דורכאויס די פינף יאר וואס ער איז געווען א בחור'ל, געדענקט ער נישט אז מ'זאל טון אזוינס...
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2567 מאל

הודעהדורך מצפצף » דינסטאג יוני 09, 2020 3:28 pm

נישט
דערהערט געווארן אזא זאך מ'זאל מבזה זיין א ת"ח נאר ווייל ער האלט אנדערש פון דיר...
viewtopic.php?f=24&t=13516&hilit=%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C+%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%9E%D7%90%D7%9F#p440570
מצפצף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג יוני 22, 2020 12:43 pm

אויך סאטמארע רבי , די ארויסגעבער פון דער איד , קען נישט פארשטיין פארוואס מ'איז מבזה תלמידי חכמים....
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20200622_124208_449.jpg
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 997
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1600 מאל

הודעהדורך calculator » מאנטאג יוני 22, 2020 12:55 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אויך סאטמארע רבי , די ארויסגעבער פון דער איד , קען נישט פארשטיין פארוואס מ'איז מבזה תלמידי חכמים....


א פשוטע איד מעג מען יא מבזה זיין? ר' זלמן לייב דער וואס האט געהאלטן א דרשה ברבים אנטקעגען בערל פריעדמאן זאגט אז די רבי זי"ע האט קיינמאל נישט דערמאנט קיין נעמען.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2020 4:12 pm

מי אני האט געשריבן:איך האב נאר אויסגעהערט די ערשטע 10 מינוט פונעם דרשה און טאמער איז דאס א רעפּרעזענטעטיוו סעמפל פונעם גאנצן דרשה האט עס, לענ״ד, אסאך... עםם... ״אינטרעסאנטע״ פונקטן בכלל.

צוויי אנדערע פונקטן (אחוץ די סארט רעוויזשיניסט ראָזי רעטראָספּעקשאן וואס @העניך האט דערמאנט, וואס קומט סתם אזוי צו בהכרח אויף אנצוהאלטן די נערעטיוו) וואס האבן ארויסגעשטארצט צו מיר זענען געווען:

1). איך האב פארשטאנען פון אים אז ער האלט (אין א וועג) אז פרויען׳ס אומצניעות בנוגע זיך פארבן און זיך נישט אפשערן די האר, ווי אויך סמארטפוֺינס, זענען א גורם צום קאוויד-19 מגיפה. אָםם... פרויען זענען געווען ווייניגער אומשטאנד ניזוק צו ווערן דערפון ווי מענער. די גמרא אין שבת סב: וואס ער ציטירט זאגט דאך אז ווען מ׳האט מעניש געווען דערויף פונעם זיך פארבן זענען די פרויען די וואס זענען נענש געווארן ע״ש. און טאמער וויל ער צוקומען ביי תגלחת נשים דערצו מכח נדר, וואס דעמאלטס בנים קטנים מתים ל״ע (שם לב:), שטימט עס ווייטער נישט. דאס איז ווייל קינדער זענען אויך געווען ווייניגער אומשטאנד ניזוק צו ווערן דערפון.

ווי אויך, קען מען דען נישט טענה׳ן אז וואס מ׳האט געזעהן ביי די קריזיס איז אז עס וואלט ווען שטארק ארויסגעהאלפן אויף צו קענען בעסער אנהאלטן די סדרי תורה אא״וו, די סארט קאנעקטיוויטי וואס די סמארטפוֺינס ברענגען ארויס? עניוועי...

2). די פונקטן האט ער נישט מורא צו זאגן. וואס ער האט יא מורא פון ״און ער גייט ליידן דערפון פונעם דאס זאגן״ און דאך נעמט ער די קוראזש דאס צו זאגן, איז קעגן די וואס זענען נאך מער עקסטרעם ווי ער און זענען מבזה די ווייניגערע עקסטרעם רבנים. איך פארשטיי נישט. לגבי תגלחת וקישוט נשים וכו׳, וואס ביי די זאכן טרעפן מיר אז מ׳האט געזוכט מתיר צו זיין זאכן כדי שלא תתגנה אשה על בעלה (כדוגמא, טאקע נישט ווייט פון די גמרא וואס ער האט ציטירט, להלן שם בדף סד:), וואס ביי די זאכן וואס ער דערמאנט איז עס גאר שייך וד״ל, דארט האט ער נישט מורא צו האקן קעגן דעם. וואס ער האט יא מורא פון איז פון די נאך מער עקסטרעמע.

איך גלייב אז דאס ווייזט אויפ׳ן כלל אז רעליגיעזע אינסטיטושוניליזעישאן קען צופירן דערצו אז ס׳ווערט בהכרח געצויגן מער און מער רעכט און עקסטרעם.

איך בין אים דן לכף זכות אז ער האלט באמת ביי זיך אז די פונקטן אויף וואס ער וויל מעורר זיין זענען ריכטיג לשלעצמם. ער האט נאר מחמת זיין פּעשׁאָן אויפצוטוהן דערין נישט געמאכט די ריכטיגע קאָנעקשׁאָנס און האט פארזעהן די סארט אינקאָנסיסטענסיס.

מי אני: דו ביסט גערעכט מיט דעם אז אינסטיטושיאנאלייזן רעליגיעזע פירערשאפט פיהרט בהכרח צו עקסטרעמיזם. נאר די עקסטרעמיזם איז נישט א יוניט. איין זאך. ס'איז א ספעקטרום. מיט פארשידענע הדרגות. און א יעדער האט זיך זיינע לימיטס. דאס ווענדט זיך אויך אין זיין פערזענליכע אינטעלידזשענס און עקספיריענס. אבער מ'מוז זאגן אז דער גאלאנטער רב איז אייביג געווען אן ..."עסקן"...ער איז נישט געשטאנען אין א זייט. דא אויך. ווען א פאר עקסטרעמיסטן (וועלכע זענען באגרעניצט מיט זייערע ידיעות און התנהגות) זענען ארויסגעקומען און האבן מבזה געווען אנדערע רבנים (כדרכם) האט ער מוחה געווען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13890
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15879 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8980 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט