"עס נישט דערהערט געווארן ביי ערליכע אידן אז מ'זאל מבזה זיין תלמידי חכמים ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דו, אפילו ווען דו ביסט מברר אז ס'איז ערקתא דמסאנא, און יענער האלט אז נישט, האסטו נישט קיין רעכט צו מבזה זיין א תלמיד חכם."



כ'בין זיכער אז פונקט ווי איך, האט איר אויך אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער הערנדיג אזעלכע ווערטער פון א וויליאמסבורגער רב וועלכער איז אפיליאירט מיט דער סאטמארער קהילה. סאטמאר האט זיך אייביג אויסגעצייכנט מיט כל מיני לשונות של גנאי קעגן יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן, אנגעפאנגען ביי די דברי גנאי קעגן הגראי"ה קוק ז"ל אין שו"ת דברי יואל, און געענדיגט ביי די דברי נאצה אין די סאטמארער צייטונגען קעגן הג"ר שלמה גורן, הג"ר עובדיה יוסף, הגרי"ש אלישיב, הגר"י ראטה, הגר"א לייטנער, הגרי"ט ווייס, הגר"מ שטערנבוך, ועוד ועוד ועוד, ואטי כי רוכלא ליחשיב וליזיל.
דער גאלאנטער רב גייט ווייטער און איז מסביר אז ס'איז נישט אמת אז אין סאטמאר איז דאס געווען די שפראך, ווייל דער סאטמארער רבי האט קיינמאל נישט פארשריגן דעם וויענער רב וואס ביי זיי האט מען געגעסן מאשין מצות...
גאלאנטער רב, אפשר האט דער סאטמארער רבי אליין טאקע נישט גענוצט אזעלכע לשונות של גנאי קעגן יעדן, אבער ער האט דאך געהאט א צייטונג צו טון דער ארבעט פאר אים. א האטליין האט נישט קיין דין סאטמאר רבי, נאר א דין צייטונג. נאט אייך אביסל פון אייער אייגענעם מעדיצין -- ראו גדולים שגדלתם.