קידוש השם? אדער א גייסטיש געשעדיגט פאלק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

קידוש השם? אדער א גייסטיש געשעדיגט פאלק?

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

איך קרינדזש כ'ווער שוין דעפרעסט פארוואס זענען אונז אזוי סעלף אבסעסט? פארוואס איז אונזער סעלף עסטיעם אזוי נידעריג? פארוואס זענען מיר אזוי קראנקליך זעלבסט באוואוסטזיניג?

א מענטש ווערט סטאק אויפן ראוד מיט א פלעט טייער פונקט פארט דורך א אנדערע מענטש וואס טראגט פונקט א יארמולקע און יענער האט פונקט די טולס צו פיקסן א פלעט טייער. אונזער יארמולקע מענטש זעט דעם אנדערן מענטש געט זיך נישט אן עצה, שטעלט ער זיך אפ צו העלפן.

פונקט פארט דורך נאך א יארמולקע פארשוין און נעמט א בילד פונעם ערשטן יארמולקע מענטש וואס טוט א גארנישט ווייניג ערווארטעט מענטשליכע אקט מיט'ן העלפן דעם פארשוין און שיקט ארויס דאס בילד.

גייט נישט דורך קיין סך צייט און אלע אידישע העדליינס אויף יעדע נייעס קאנאל שרייט מיט ריזיגע העדליינס: "קידוש השם!!" א מער.. איינער משלנו איז מענטשליך!

אויף א פילע עראפלאן אין די לופטן, א בני נח חלש'ט, פונקט איז אויפן פליגער א אי עם טי וואס טראגט א יארמולקע, דער וואלט דאך באמת געדארפט לאזן דעם בני נח שטארבן, ווי אויך איז געווען נאך אפאר יארמולקעלאזע אי עם טי'ס אבער יענע האבן זיכער געוואלט ענדערש וואטשן א פילם, אבער ניין, נישט אונזער אי עם טי , ער איז געגאנגען ראטעווען.

ריזיגע העדליין שפעט נישט צו קומען: ''קידוש השם אין די לופטן!''

ס'קומען פאר ראיאטן אין לאנד, קראנקליך-זעלבסט-קאנטשעס, נידריג-זעלבסט-זיכערע, גילטיג-געפילערישע אידן ברענגען דאונאט'ס פאר די פאליציי. ריזיגע העדליינס אין אלע שיכטן און קרייזן נייעס פלאטפארמען: ''קידוש השם!'' אידן טיילן עסן פאר לאו ענפארסמענט

וואס גייט פאר מיט אונז? פארוואס זענען מיר אזוי מענטעלי אומגעזונט?

לאמיר דיר זאגן עפעס, דער גוי וואס זעט דיר העלפן איינעם מיט א פלעט טייער, איז א געזונטער נארמאלע מענטש. ער זעט נישט דיין ג-ט אין דיין אקט, ער ליגט נישט אין דעם בכלל, ער איז נישט אבסעסט מיט דיר אזוי ווי דו ביזט מיט דיר. ער זעט סך הכל א מענטש טוט וואס ער האט און דארף צו טון.

הערטס שוין אויף עקטן ווי דריטע רעיט באשעפענישן! עץ זענטס חולי נפש! ביטע!, גענוג איז גענוג!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר