"יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

"יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"

שליחה דורך העניך »

יעדער וואס האט נאר אמאל אויפגעהויבן א שטימע ארויסצוהייבן אן ענין וואס איז צריך תיקון אין אונזער געזעלשאפט, איז שוין פארשריגן געווארן אז ער איז א "סעלף העיטינג" איד. כלומר, א איד וועלכער האט זיך זעלבסט פיינט; א איד וועלכער האט פיינט אידישקייט און/אדער דאס אידישע פאלק.

אין אנדערע ווערטער, העסטו ווען געווען א זעלבסט-ליבנדער איד וואלטסטו דאך אוודאי נישט קריטיקירט, נאר וואלטסט געזען אז ס'איז גוט ווי עס איז. עס מוז זיין אז דו האסט פיינט דיינע אידישע ברידער, און אפילו זיך אליין.

אין מיין ערפארונג קומט דאס געווענליך פון מענטשן וואס קענען זיך פשוט נישט ספראווען מיט דער רעאליטעט אז אן אומרעכט קומט פאר ביי אונז, און דעריבער איז זיי גרינג צו ווארפן דעם "סעלף העיט" עפיטעטאן צו פרובירן יענעם שטיל צו מאכן. מיין פראגע צו זיי איז, איז ירמיהו הנביא געווען א סעלף העיטינג דזשו? איז דער סאטמארער רבי געווען א סעלף העיטינג דזשו? וואס טוט זיך מיט ר' אלחנן וואסערמאן?

אין פאליטישן לעבן, זענען אבאמא אדער טראמפ סעלף העיטינג אמעריקאנער ווען זיי שרייען אז דער מצב טויג נישט אין לאנד און שלאגן פאר וואס מ'דארף טון עס צו טוישן?

ווען יעדע צייטונג אין דער וועלט האט ארטיקלען וואס רעפלעקטירן אויף דעם יעצטיגן מצב און פרעגט: "וואס האבן מיר נישט ריכטיג געטון, און וואס קענען מיר טון בעסער?" – זענען די אלע צייטונגען סעלף העיטינג?

Can.jpg

זענען די ארויסגעבער פונעם "נעשאנעל פאוסט", פון די גרעסטע קאנאדישע צייטונגען, "סעלף העיטינג קאנאדער"?


אז מ'עפנט די פילע בלעטער פון אונזערע אויסגאבעס זענען זיי נאר פול מיט קאנגראטולאציעס ווי געוואלדיג מיר זענען. פאר א רפואה קען מען נישט טרעפן זעלבסט-קריטיק, אביסל אריינקוקן אין זיך אליין און בודק זיין די מעשים. אפילו אין אזא תקופה ווי יעצט, נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן הודערטער טייערע אידן צו א מגיפה, טרעפט מען נישט קיין ווארט וועגן אונזערע טעותים.

און אז איינער גייט אינדרויסן פון די ראמען פון די צייטונגען, צי ס'איז אויף אינעם ביהמ"ד'ס קאווע שטיבל, צי ס'איז אינעם ווירטואלן קאווע שטיבל, און וואגט זיך צו סופלעמענטירן דעם שמועס מיט דאס וואס פעלט – ווערט ער באצייכנט ווי א "סעלף העיטער".

געדענקט איר דעם קינד אין חדר וואס מ'האט נישט געקענט רעדן צו אים? וויפיל דער מלמד אדער מנהל האט נאר פרובירט מסביר צו זיין אז לא זו הדרך איז ער געווארן באליידיגט, געווארפן א טאנטרום, און געשריגן, "יא, ווייל דו האסט מיך פיינט!" אט אזוי פירן זיך אויף די וואס קענען נישט הערן א ווארט מוסר אויף אונזערע אויפפירונגען.

יא, ווייל דו האסט אונז פיינט.

יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג.

*
ווען איינער זאגט עפעס וואס דו ווילסט נישט הערן, איז ער נישט קיין סעלף העיטער. ער האט פיינט א געוויסע אויפפירונג וואס דו האסט נישט פיינט. נו, זאל דיר וואויל באקומען. דו קענסט גערן פארטיידיגן די אויפפירונג, דו קענסט עס גערן דעבאטירן, אבער מ'מעג הערן קריטיק. ניין, מ'דארף הערן קריטיק. אויב איז עס נישט אין די בלעטער פון די צייטונגען זאל עס כאטש זיין פון דעם מויל פון דיין חבר, אדער פון דער פענע פון דעם קאווע שטיבל שרייבער. דו מוזסט נישט מסכים זיין מיט'ן קריטיק, אבער דו מוזסט מודה זיין אז עס מוז זיין א מעגליכקייט צו קריטיקירן, און אז דער וואס קריטיקירט קען דאס מיינען ערנסט אפילו אויב דו ביסט נישט מסכים מיט אים.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר