כי היינו לעג וקלס - מעגן מיר דאס צולאזן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

כי היינו לעג וקלס - מעגן מיר דאס צולאזן?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

האט מיר היינט אנגעכאפט דאס משוגעת, צו נישטערן וואס די ווייטע גוים רעדן איבער אונז. איך האב אויפגעעפנט וויקיפדיה אויף אראביש און אנגעהויבן נישטערן. קודם כל איז זיך צו באלעקן די פינגער מיט וואסאפאר טעותים זיי מאכן דארט, צום ביישפיל אז דער גרינדער פון דער חסידי'שער באוועגונג איז געווען 'רבי שלמה בן נחמן' (הרמב"ן) און נאך פיל שטותים, וואס א חילוק...

וואס עס האט מיר אויפגערעגט איז, ווען איך האב זיך אנגעשטויסן מיט דעם ערך:
https://ar.wikipedia.org/wiki/%D8%AD%D8 ... 9%8A%D9%86

דא האט מיר אנגעכאפט מיין גרימצארן. לדעתי איז דאס ריין אנטיסעמיזם. ס'טיישט זיי נעמען עפעס א לאך וואס הערשט ביי אונז און מען מאכט פון דעם א גאנצע עסק, כאילו דאס איז א חלק פון אונזער היסטאריע און דאס איז ווערד א בלאט אין וויקיפדיה, היה לא תהיה. איך בין זיכער אז ווען דאס איז דא אין ענגליש, וואלט יעדער געמאכט קולות און געשריגן היתכן, נאר וויבאלד עס איז אויף די מוסלומענער שפרא, רעדט מען נישט דערפון.

אדרבה, אפשר בין איך נישט גערעכט, און אויב נישט, פארוואס איז נישטא אזא ערך אין די עברית וויקיפדיה און אין ענגליש, אם לא שזה נובע משום שנאת ישראל.

לאמיר עס אויסשמועסן.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר