שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יוני 15, 2020 1:41 am

סארבעט אזוי מיר פאלגן נישט געהעריג, אויב בעקפייערט עס זאגט מען מהאט גארנישט געקענט טון בעסער, סאיז א גזירה פון הימל.
אויב שטעלט זוך ארויס אז מ'דארף שוין נישט וואטשען, זאגט מען זעסטדאך קיינער איז נישט געשטארבן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך אריה » מאנטאג יוני 15, 2020 2:01 am

קורקלענד האט געשריבן:דאס דארפסטו זיי פרעגן.
כ'מיין ס'איז נאריש צו זאגן אז די גאנצע מעדיקעל קאמיוניטי גייט שוין יארן מיט מאסקעס פאר קיין שום סיבה.
חוץ מזה, פאוטשי האט געזאגט אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן, לפחות איינמאל, קען זיין אז ער האט אויך געזאגט אז די דאטא ווייזט אז ס'העלפט נישט אבער דאס איז אין קאנטעקסט פון דאס וואס ער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך לפי המצב.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 7:00 am

מפיל קינד האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אויף עולם-גולם האב איך נישט קיין טענות. מיין שאלה איז אויף די מנהיגים -- זיי ברויכן דאך יא צו האבן שכל, איינזעעניש, און פארשטאנד. בפרט נאכדעם וואס זייער אויפפירונג אנפאנג פון דער מגיפה האט שוין געקאסט קרבנות.

מ'האט טאקע געזען באשיינפערליך ווי זייער אויפפירונג האט אוועקגעלייגט מענטשן. ווי למשל לעצטע וואך אינמיטן די חתונה האבן זיך 30 אידן אוועקגעלייגט.

וועלכער מנהיג האט פארמיטן די קרבנות? באבוב 45 איז געווען פון די ערשטע צו פארמאכן, שבת זכר האט ער שוין נישט געטיילט קיין שיריים. און ביי אים זענען געפאלן די מערסטע קרבנות.

די מגיפה איז געווען פון הימל, קיין שום תחבילות האט נישט געהאלפן. דאס איז געקומען פון הימל און מען האט גענוי קאנטראלירט פונקטליך וואו עס זאל גיין און צו וועמען עס זאל אנקומען.

איך האב גראדע יא געטון די מאקסימום השתדלות. איך האב שוין נישט געגעבן קיין האנט און נישט געגאנגען אין מקוה זייט שבת זכר, אבער וואס יענער האט געטון איז זיין אייגן אחריות. יעדער האט זיך זיינע נסיונות פאר איינעם איז עס זיך היטן פון קאראנע און פאר א צווייטן זיך צו פארשליסן דאס פיסק און אויפהערן באשמיצן כלל ישראל.

די פראטעסטן בארעכטיגן גארנישט, אבער עס ווייזט אז פאר יעדעם איז וויכטיג עפעס אנדערש. ביז היינט האט מען געשריגן און געטייטלט מיטן פינגער אויפן נארמאלער גוי אז ער שטעלט זיך צו, דאס איז שוין אויך נישטא. פארן גוי איז וויכטיגער צו באוויינען א ראסע, פאר מיר איז וויכטיגער צו זיין פרייליך און זיין שטאלץ מיט מיין רעליגיע און מיינע אידישע ברידער.


איך וויל נאר פארשטיין: די טענה'סט אז social distancing האט פשוט נישט געהאלפן? די מדינות וואס מ'האט פארשפארט פריער איז בכלל נישט געווען בעסער? קיין שום תחבולות האט נישט געהאלפן?
אויב דאס איז דיין טענה רעדסטו פשוט פון חסרון ידיעה.....
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יוני 15, 2020 8:22 am

גייסט רעדן פון ארץ ישראל? איז אזוי.

אין די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל איז כמעט נישט געווען קיין שום סאשעל דיסטעסינג. עס וואלט געדארפט זיין אין מאה שערים אליין לכה"פ אזויפיל טויטע ווי אין וויליאמסבורג. לא מניה ולא מקצתיה. נאך אזא לג בעומר פייער אין בתי אונגארן וואלט געדארפט זיין אזא אויפשטייג ווי נאך פורים אין ב"פ, נישט פאסירט. דאס גאנצע לאנד האלט ביי 300 טויטע.

מען זעט אז עפעס העכערס איז דא אינוואלווד, נישט געמאכט פאר קיין פשוטע אידן צו מאכן חשבונות און ציען מסקנות.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 15, 2020 9:44 am

אריה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דאס דארפסטו זיי פרעגן.
כ'מיין ס'איז נאריש צו זאגן אז די גאנצע מעדיקעל קאמיוניטי גייט שוין יארן מיט מאסקעס פאר קיין שום סיבה.
חוץ מזה, פאוטשי האט געזאגט אזוי ווי כ'האב געשריבן אויבן, לפחות איינמאל, קען זיין אז ער האט אויך געזאגט אז די דאטא ווייזט אז ס'העלפט נישט אבער דאס איז אין קאנטעקסט פון דאס וואס ער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך לפי המצב.

מאנכע ווילן טענה'ן אז פאוטשי האט עס געטוהן וויבאלד ס'איז נישט געווען גענוג מאסקעס, און אויס מורא אז ס'זאל ווערן א געיעג נאך מאסקעס ביי די אלגעמיינע עולם האבן זיי פארפירט דער עולם אז ס'העלפט סייוויסיי נישט.

די שאלה איז אויב לפי המצב מעג מען פארפירן די עולם. אבער אפגעזען צו ס'איז אויסגעהאלטן צו פארפירן די עולם, קומט עס שפעטער מיט א העפטיגע פרייז. ווייל די עולם פארלירט טראסט. און אט אזוי האט טאקע פאסירט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2248
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 15, 2020 9:47 am

די פראגע איז זייער א זאכליכע! אין די דאזיגע אונטערגאנג עפאכע איז פארבאטן ארויפצוגיין אויף א שטאטישע אויטובאס אן קיין מאסקע. ס'איז א העכסט דורכשניטליכער בילד צו זען, ווי מענטשן שטייען און ווארטן אויפן באס אן קיין מאסקע, און ווי נאר דער באס קומט אן צו די סטאנציע ציען זיי ארויס פון זייער קעשענע א האלב אפגעפוילטע מאסקע, נאך אנגעזאפט מיט באצילן נאך פון די בונה עולמות ומחריבן עפאכע, און באקליידן זיך דערמיט דאס פארשוויצטע געזיכט. און ווי נאר זיי נידערן אראפ די שטיגן פונעם אויטובאס, רייסן זיי באלד אראפ די מאסקעס פון זיך מיט א קענטליכער גרימצארן... פארוואס איז דאס אזוי?

פרעזידענט טראמפ טראגט קיינמאל נישט קיין מאסקע אין די עפענטליכקייט! נישט ווייל ער האלט אז ס'איז אויסגעהאלטן, נאר ווייל ער וויל דערמיט שיקן א זענדונג צום פאלק!

עס איז נישט קיין געהיימעניס אז די פארשאלטענע ליבעראלן זענען אויסן אז זאכן זאלן זיין וואס טיפער און וואס לענגער אין דער ערד. זיי זענען אויסן אז דער עקאנאמיע זאל זיין טיף אין טוכעס הגדול, ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס וועט זיי פילייכט צוריקברענגען צו זייער פארלוירענער מאכט! ס'עסט זיי דאס געזונט אז זאכן הייבן זיך אן צו נארמאליזירן און אז דער עקאנאמיע עפענט זיך ביסעלעכווייז אויף. שקלאפטע פעלאוסי, אויסגעמעקט זאל ווערן איר פארשאלטענעם געדענקעניש, האט נארוואס דורכגעפירט א פרישע סטימיולוס פּעקל פון איבער דריי טריליאן דאללאר, בלויז מיטן ציל אז מענטשן זאלן חלילה נישט אויף קיין שום פאל צוריק גיין ארבייטן, אזוי אז דער עקאנאמיע זאל ווייטער זיין פארשלאסן, און די מידיא שטיצט די דאזיגע געמיינע סטראטעגיע. זיי זענען נאכאנאנד פארנומען אראפצורייסן די דאזיגע וואס טראגן נישט קיין מאסקעס, און לויפן נאך די תלמוד תורות און ישיבות וועלכע זענען שוין אפן אין געהיים ווי אונטער די אינקעוויזיציע, ווייל דאס צייגט אז דער אונטערגאנג איז אין די פארגאנגנהייט און די גלארייכע טראמפ עקאנאמיע איז צוריק אפן מיט א ברייטקייט.

מענטשן זענען נישט קיין שטירן, און זיי פאלן נישט פאר די לינקע פראפעגאנדע! ווי לאנג דער אונטערגאנג איז געווען אין קראפט, האט יעדער איינער כמעט אן קיין שום אויסנאם, זיך ערליך צוגעשטעלט צו די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע. דער עולם האט זיך איזאלירט! מען האט איינגעהאלטן סאציאלע דערווייטערונג מיט אן ערליכקייט. זאגאר אין די סעקונדע וואס מ'האט אנגעהויבן אינאכט צו נעמען ווי די פארהאסטע ליבעראלן שטופן דאס, שאקלט זיך דער עולם אפ פון דעם מיט אפשיי! מען קומט זיך צוזאם אין פריידן! מ'געט זיך די הענט מיט ליבשאפט! מ'מאכט פרנסה! מ'גייט אין שול! מ'רעכט אפ אידישע שמחות. איי די ליבעראלן און זייער פראפאגאנגע מאשין, די מידיא, קריצן מיט די ציין? זאל זיין! אויב האסטו טענות דאן באשולדיג די ליבעראלן פארן פאליטיזירן דעם אונטערגאנג...

טראכט, פארוואס איז גאווערנאר קאומא יעדן איינציגסטן טאג אויף די טעלעוויזיע? וואס לענגער דער אונטערגאנג איז אין קראפט אלס מער אויפמערקזאמקייט באקומט ער. ווי נאר דער אונטערגאנג וועט געהערן צו די ווייטע פארגאנגענהייט, וועלן מענטשן ניטאמאל וויסן ווער דער גאווערנאר פון ניו יארק איז. אוי נוצט ער גוט אויס דעם אנגעבליכע אונטערגאנג פאר זיינע פאליטישע אינטערעסן....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 15, 2020 3:27 pm

@קאך_לעפל ידידי, כ'פארשטיי נישט דיין אויסברוך קעגן ליבעראלן. כ'האב דאך קלאר געשריבן אז כ'רעד נישט פון די פרטים וואס די ליבעראלן פארלאנגען, נאר וואס יעדער עקספערט און יעדע רעגירונג איבער דער וועלט פארלאנגט, אפגעזען די פארטייאישע אפיליאציעס. גרויסע פארזאמלונגען אן קיין מאסקעס אדער סאשעל דיסטענסינג איז אסור איבעראל, און דאס האט גארנישט מיט די "פארשאלטענע ליבעראלן".

לשם הקלארקייט האב איך צוגעלייגט א וועלט-מאפע דיר צו דערמאנען אז מ'רעדט דא פון די בעיסיק רעגולאציעס וואס ווערן פארלאנגט איבעראל אויף דעם גאנצן כדור הארץ.
בייגעלייגטע פיילס
world-map.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2615
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10259 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 15, 2020 3:33 pm

מיין אנטווארט אויף דעם ווי פאלגענד:

ווען נישט די פארשאלטענע ליבעראלן פארכאפן די געזונטהייט מאסנאמען פאר זייער עבודה זרה, וואלט ווען גאנץ אמעריקע עס ווען אנגענומען מיטן גרעסטן מאס ערענסטקייט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 15, 2020 3:41 pm

דער וועלטס מאפע איז מיר געווען גאר שטארק ניצבאר. נעמליך, כ'האב גארנישט געוויסט אז דער וועלט איז אזוי קליין... אויך וואונדער איך זיך זייער פארוואס דאס לענדל סקווירא און די נייעסטע נארוואס צוגעקומען לענדעל שאז וואס געפונט זיך הארט לעבן סיאטעל-וואשינגטאן זענען נישט אויף די וועלטס-מאפע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג יוני 15, 2020 3:50 pm

די סיבה פארוואס שולן זענען שוין אפן איז אויך פארגעסן געווארן, ווייל מען האט זיך מיאוס אנגעפיפן אויף די חברה...

כ'ווייס נישט פארוואס מען שעלט אזוי אויף די ליבעראלן, לענ"ד אפילו זיי מאכן יעצט טעותים קען עס אבער אין קיין שום פאל נישט פארגליכן ווערן צו דעם גראבן טעות פון דעם צערודערטן טראמפ וואס האט נישט געוואלט אנערקענען אין די וויירוס.

די פריוואטע מערכות און ביטערע אגענדעס וואס דער שוטה טיפש וגס רוח פארמאגט אין זיך און פירט שטענדיג איז צום אויסברעכן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 15, 2020 4:18 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:מיין אנטווארט אויף דעם ווי פאלגענד:

ווען נישט די פארשאלטענע ליבעראלן פארכאפן די געזונטהייט מאסנאמען פאר זייער עבודה זרה, וואלט ווען גאנץ אמעריקע עס ווען אנגענומען מיטן גרעסטן מאס ערענסטקייט.

כ'ווייס נישט פארוואס איך דארף כסדר איבער'חזר'ן די זעלבע נקודות. איך האב נישט קיין טענות אויף עולם-גולם וואס האבן נישט קיין שום בליק אויף פובליק פאליסי און אלעס וואס זיי טוען איז knee jerk רעאקציעס, וכדומה. מיין שאלה איז אויף די מנהיגים וועלכע זענען פאקטיש די וואס מאכן די ריזיגע חתונות און פארזאמלונגען. פארוואס קענען זיי נישט איינהאלטן די מינדעסטע באגרעניצונגען ווי עס ווערט פארלאנגט איבער דער גאנצער וועלט? פארוואס האבן זיי נישט עכ"פ דעם זעלבן זארג פאר זייערע חסידים און די וואלנערעבל מענטשן פון אונזער שטאט, ווי די פירער און דאקטוירים פון אלע לענדער פון דער וועלט?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2615
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10259 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

מנהיגים? מה זה מנהיגים? דאס איז א זאך וואס פעלט שוין ביי כלל ישראל פאר א שיינע פאר יאר!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך זעקעל » מאנטאג יוני 15, 2020 5:35 pm

פליס פארקנאק דעים אשכול יעצט, הויך געשעצטער ר׳ ראובן, איך בעט דיר, עס ברעכט שוין איעדעם פון די נאז לעכער, צו וואס פינקטליך צילסטו דא ווייטער, אז אלע חסידים זענען בהמות חיות אין עסס האול׳ס האסט שוין ארויסגעברענגט דיין פאונט איינמאל - נאכאמאל - און נאכאמאל... סאו די ביסט אליינסט נישט זיכער מיט דיך, אוואו פלעגט מיין פאטער זאגן, מוועט דיך איבערלייגען איינמאל פאר אלעמאל, שטיל זאל זיין!!!! נו ראובן, גענוג געווען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זעקעל אום מאנטאג יוני 15, 2020 8:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 15, 2020 6:27 pm

זעקעל האט געשריבן:פליס פארקנאק דעים אשכול יעצט, הויך געשעצטער ר׳ ראובן, איך בעט דיר, עס ברעכט שוין איעדעם פון די נאז לעכער, צו וואס פינקטליך צילסטו דא ווייטער, אז אלע חסידים זענען בהמות חיות אין עסס האול׳ס האסט שוין ארויסגעברענגט דיין פאונט איינמאל - נאכאמאל - און נאכאמאל... סאו די ביסט אליינסט נישט זיכער מיט דיך, אוואו פלעגט מיין פאטער זאגן, מוועט דיך איבערלייגען איינמאל פאר אלעמאל, שטיל זאל זיין!!!! נו איך ווארן דיך ראובן, גענוג געווען

כ'האב נישט געזען אז איינער זאל שרייבן און אנאליזירן די אויפפירונג פון די לעצטע וואכן. סארי, אבער נאך 500 טויטע וואס א גרויס טייל וואלט געקענט פארמיטן ווערן, וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון שרייבן און פאראייביגן לדורות וואס דא גייט פאר. האסט א ברירה נישט אריינצוקומען אין מיינע אשכולות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2615
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10259 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 15, 2020 6:37 pm

איך האלט אז דא ווערט ארויסגעברענגט מערערע גוטע נקודות בענאזאם, ווי פאלגענד:

-נאך אזא מגיפה וואס מיר זענען דורכגעגאנגען וואלט לכאורה געדארפט זיין א געוויסע ערנסטקייט ארום דעם נושא, און ס'זעהט נישט אויס אז ס'איז אזוי.
-אונזערע פאליטישאנס זענען לכאורה שטארק שולדיג דערין (מיט זייער קלאפן קאפ אין וואנט, און זייער 2 פענימדיגע צוגאנג ביי די פראטעסטן).
-פונעם גאנצן פרשה -פון אנהייב ביזן סוף- האט זיך צום וויפלטן מאל ארויסגעוויזן אז די ארטאדאקסישע אידנטום האט א שלעכטע הנהגה.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך זעקעל » מאנטאג יוני 15, 2020 6:53 pm

ראובן האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:פליס פארקנאק דעים אשכול יעצט, הויך געשעצטער ר׳ ראובן, איך בעט דיר, עס ברעכט שוין איעדעם פון די נאז לעכער, צו וואס פינקטליך צילסטו דא ווייטער, אז אלע חסידים זענען בהמות חיות אין עסס האול׳ס האסט שוין ארויסגעברענגט דיין פאונט איינמאל - נאכאמאל - און נאכאמאל... סאו די ביסט אליינסט נישט זיכער מיט דיך, אוואו פלעגט מיין פאטער זאגן, מוועט דיך איבערלייגען איינמאל פאר אלעמאל, שטיל זאל זיין!!!! נו איך ווארן דיך ראובן, גענוג געווען

כ'האב נישט געזען אז איינער זאל שרייבן און אנאליזירן די אויפפירונג פון די לעצטע וואכן. סארי, אבער נאך 500 טויטע וואס א גרויס טייל וואלט געקענט פארמיטן ווערן, וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון שרייבן און פאראייביגן לדורות וואס דא גייט פאר. האסט א ברירה נישט אריינצוקומען אין מיינע אשכולות.
אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן אז נאכן גוט דורך קוקן עטליכע קליפס אין זעהן אוואו נישט די שחורים נאר שענסטע און בעסטע וואס וואס די פאלק פארמאגט דהיינא די היפסטערס אין נישט נאר די זכרים נאר די שיינע ריינע נקיבות וואס געווענדליך וואלט מען זיי געזעהן אין שאפינג מאלל ארויסנעמען צושטייטליך א גאושי פורס אין עפענען מיט א ווידערקול דעים סנעפ דערפון ארויסצונעמען איידעלערהייט געלט צו באצאלן א שאנעל פארפיום בשעת׳ן א רוק גיבן די האר וואס גרייכט צום אחור , פלוצלים האט זיך דאס מין טאקע צולאזט אין נישט סתם געבראכן גלאז נאר געפלינדעט ווי א קאזאק what a shame אבער ב״ה מקען זאגן
( אין צו דיר מ׳מוז נעבעך זאגן) מי כעמך ישראל
ניין אין נאכאמאל ניין, מיר האבן זיך פון קיינעם צו שעמען נישט ב״ה,
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 15, 2020 8:53 pm

קורקלענד האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אה, הייסט האסט ניטאמאל געלייענט מיין ארטיקל. נעקסט קעיס.

שטייט דארט אז איינער וואס וויל פארגלייכן איז א שוטה.... נו אין דער פאל בין איך צופרידן צו זיין דער דערוועלטע שוטה. ווייל דערווייל איז עס אויף אייך אויפציווייזן אז ס'קען נאך שאטן. מיין פערזענליכע חשבון איז אז די שאנסן אויף די מינוט זענען זייער קליין, פיל קלענער ווי פורים, און אויב פורים האט די רעגירונג געזאגט אז ס'קען נישט שאטן דאן קען עס יעצט שוין זיכער נישט שאטן. ב''ה איך בין געזונט אין יונג. ממילא פיל איך נישט ווי איך דארף די מאסק וכו' און איך דריי זיך געהעריג. איך וואש גראדע די הענט זייער זייער אפט און דאס איז עס. ווי יונג איך בין אבער וויל איך עס נאכאלץ נישט דעריבער אוףין דער מינוט וואס איך הער סיי וועלכע אויפשטייג וועל איך ווידער זיך באהאלטן, אבער ביז אהין איז לדעתי נישט דא וואס חושש צו זיין. והראי' ס'איז טויט שטיל! די שפיטאל איז גענצליך ליידיג!

דער וואס איז עלטער אדער איז מער אויסגעשטעלט צו קאנסעקווענצן זאל זיך טאקע בעסער היטן.

קורקלענד: לפענ"ד: איז די וויכטיגסטע חלק פון די אלע באווארענונגען, וואס איז נוגע אייביג. פאר די קאוויד 19 קריזיס ולאחריו, צו וואשן די הענט מיט זייף ווען מ'קומט אריין פון די גאס אין ביהמ"ד, אין אפיס און אהיים. 2'ט וויכטיג איז אז מ'זאלל שטיין א ביסל ווייט איינער פון צווייטן. די מאסק איז נישט פון די קריטישס'טע וויכטיגקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך זעקעל » מאנטאג יוני 15, 2020 8:58 pm

זעקעל האט געשריבן:פליס פארקנאק דעים אשכול יעצט, הויך געשעצטער ר׳ ראובן, איך בעט דיר, עס ברעכט שוין איעדעם פון די נאז לעכער, צו וואס פינקטליך צילסטו דא ווייטער, אז אלע חסידים זענען בהמות חיות אין עסס האול׳ס האסט שוין ארויסגעברענגט דיין פאונט איינמאל - נאכאמאל - און נאכאמאל... סאו די ביסט אליינסט נישט זיכער מיט דיך, אוואו פלעגט מיין פאטער זאגן, מוועט דיך איבערלייגען איינמאל פאר אלעמאל, שטיל זאל זיין!!!! נו גענוג געווען



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך זעקעל » מאנטאג יוני 15, 2020 8:59 pm

ראובן האט געשריבן:
זעקעל האט געשריבן:פליס פארקנאק דעים אשכול יעצט, הויך געשעצטער ר׳ ראובן, איך בעט דיר, עס ברעכט שוין איעדעם פון די נאז לעכער, צו וואס פינקטליך צילסטו דא ווייטער, אז אלע חסידים זענען בהמות חיות אין עסס האול׳ס האסט שוין ארויסגעברענגט דיין פאונט איינמאל - נאכאמאל - און נאכאמאל... סאו די ביסט אליינסט נישט זיכער מיט דיך, אוואו פלעגט מיין פאטער זאגן, מוועט דיך איבערלייגען איינמאל פאר אלעמאל, שטיל זאל זיין!!!! נו ראובן, גענוג געווען

כ'האב נישט געזען אז איינער זאל שרייבן און אנאליזירן די אויפפירונג פון די לעצטע וואכן. סארי, אבער נאך 500 טויטע וואס א גרויס טייל וואלט געקענט פארמיטן ווערן, וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון שרייבן און פאראייביגן לדורות וואס דא גייט פאר. האסט א ברירה נישט אריינצוקומען אין מיינע אשכולות.



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך אלבערט איינשטיין » מאנטאג יוני 15, 2020 9:02 pm

מפיל קינד האט געשריבן:גייסט רעדן פון ארץ ישראל? איז אזוי.

אין די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל איז כמעט נישט געווען קיין שום סאשעל דיסטעסינג. עס וואלט געדארפט זיין אין מאה שערים אליין לכה"פ אזויפיל טויטע ווי אין וויליאמסבורג. לא מניה ולא מקצתיה. נאך אזא לג בעומר פייער אין בתי אונגארן וואלט געדארפט זיין אזא אויפשטייג ווי נאך פורים אין ב"פ, נישט פאסירט. דאס גאנצע לאנד האלט ביי 300 טויטע.

מען זעט אז עפעס העכערס איז דא אינוואלווד, נישט געמאכט פאר קיין פשוטע אידן צו מאכן חשבונות און ציען מסקנות.
קודם כל עס איז יא געווען אין איעדע נארמאלע צוויזילטע היימישע געגענט. די איינציגסטע צורידערטע געגענט איז טאקע געווען מאה שערים. (ווי אויך זכרון משה) אבער היות מער ווייניגער האט זיך די לאנד געהיט האט עס נישט אפעקטירט די קליינע געמיינדע דארטן וואס גייען נישט ארויס פון זייערע באקס. מאה שערים איז אן אינזל פון פארצייטישקייט וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך א גאס ארויף וואס ווערט גערופן יפו ( וואס איז א גאס אזוי ווי פיפט עוועניו ) איז ווילאנג קיינער וואקט נישט אריין דארטן ברענגן די וויירוס פון די וועלט -ווייל איעדע פאלגט און איז איינגעשפארט- האט נישט צו אסאך געשאדט זייערע אויבער חכמישקייט. און בנוגע לג בעומר... דארטן איז שוין די קריזיס כמעט געווען געענדיקט

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אלבערט איינשטיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 16, 2020 12:16 am

@ראובן איך עגרי מיט מער ווייניגער אלע דיינע אנדערע אשכולות דא אין שטיבל, אבער דא מיין איך אז די האסט פארפארן און די שטופסט פשוט אן אנטי עסטאבלישמענט אגענדע.

די אלע באווארענונג מאסנאמען העלפן נאר אויב 'אלעס' ווערט אויסגעפירט דורך 'רוב מוחלט' פונעם ציבור, דהיינו לויט רוב שטודיעס גייען 90 פערצענט פון די פארשפרייטונג דורך די לופט, ממילא אויב וועט יעדער טראגן א מאסק, זיך נישט דרייען אין פארמאכטע בנינים, און שטייען "לכה"פ" 6 פיס אפגערוקט = וועט עס 'פארשטייטערן' די פארשפרייטונג.....
סאושעל דיסטענסינג איז נישט קיין תורה / חק בלי טעם אויב קען מען גיין אין שול פאר מער ווי 5 מינוט, דאן העלפט נישט מאסנאמען.....

אויכעט משום איזה סיבה האלטסו אז נישט יעדער אין די היימישע קאמיוניטיס האבן עס שוין געהאט, אבער פאקטיש און פארשטענדליך האט עס יא "יעדער" שוין געהאט (א חוץ איינער וואס איז געווען ממש פארשפארט די גאנצע צייט), אלס ראיה קענסטו פשוט זען אויף די ראטע פון פרישע קעיסעס (און פרעג הצלה) .


גערעכט מ'וואלט נישט געדארפט מאכן גרויסע צוזאמקומען נאכדערצו פאר אזעלעכע אומוויכטיגע רבי'שע חתונות, אבער דאס ווייסן אונז דאך שוין אז ומותר הרבי'ס מן הבהמה אין.
די גרעסטע קשיא איז אויף די ווידיאו כאפערס און פארשפרייטערס, ווי איז זייער שכל? פארוואס פארשטייט מען נישט אליין אז די גייסט מאכן א חילול השם מיט דעם?
דו שרייסט אז די מידיא פארלייגט זיך?, פיין געבן זיי נישט קיין שטאף!!!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 757
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 16, 2020 12:20 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:

גערעכט מ'וואלט נישט געדארפט מאכן גרויסע צוזאמקומען נאכדערצו פאר אזעלעכע אומוויכטיגע רבי'שע חתונות, אבער דאס ווייסן אונז דאך שוין אז ומותר הרבי'ס מן הבהמה אין.


גענוי מיין פוינט.



פאליטיקאנט האט געשריבן:די גרעסטע קשיא איז אויף די ווידיאו כאפערס און פארשפרייטערס, ווי איז זייער שכל? פארוואס פארשטייט מען נישט אליין אז די גייסט מאכן א חילול השם מיט דעם?
דו שרייסט אז די מידיא פארלייגט זיך?, פיין געבן זיי נישט קיין שטאף!!!!!


די רבי'ס אליין דרוקן די בילדער אין זייערע צייטונגען. גענוי מיין פוינט. זיי זענען פרעכע גראביאנעס אן קיין שום איידלקייט און סענסיטיוויטעט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2615
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10259 מאל

Re: שולן יא, אבער פארוואס די פרעכהייט?

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 16, 2020 12:27 am

מיט וואס איך בין זיך חולק מיט דיר איז אז זיי דארפן נישט אנערקענען אנדערש פונעם ברייטען המון עם, און פאלגן די "ספעציאליסטן" אלס געזונט אויס.

איך האב נישט קיין עצם פראבלעם מיט דאס וואס זיי טוען.

נאר זיי וואלטן דאס פשוט נישט געדארפט טון ווייל עס גייט ברענגען א חילול השם און שונאי ישראל גייען דאס אויסנוצן מיט הצלחה (נאכדערצו ווען די מידיא שטעלט זיך אזוי שטארק אויף אונז).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 757
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יוני 16, 2020 12:33 am

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:גייסט רעדן פון ארץ ישראל? איז אזוי.

אין די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל איז כמעט נישט געווען קיין שום סאשעל דיסטעסינג. עס וואלט געדארפט זיין אין מאה שערים אליין לכה"פ אזויפיל טויטע ווי אין וויליאמסבורג. לא מניה ולא מקצתיה. נאך אזא לג בעומר פייער אין בתי אונגארן וואלט געדארפט זיין אזא אויפשטייג ווי נאך פורים אין ב"פ, נישט פאסירט. דאס גאנצע לאנד האלט ביי 300 טויטע.

מען זעט אז עפעס העכערס איז דא אינוואלווד, נישט געמאכט פאר קיין פשוטע אידן צו מאכן חשבונות און ציען מסקנות.
קודם כל עס איז יא געווען אין איעדע נארמאלע צוויזילטע היימישע געגענט. די איינציגסטע צורידערטע געגענט איז טאקע געווען מאה שערים. (ווי אויך זכרון משה) אבער היות מער ווייניגער האט זיך די לאנד געהיט האט עס נישט אפעקטירט די קליינע געמיינדע דארטן וואס גייען נישט ארויס פון זייערע באקס. מאה שערים איז אן אינזל פון פארצייטישקייט וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך א גאס ארויף וואס ווערט גערופן יפו ( וואס איז א גאס אזוי ווי פיפט עוועניו ) איז ווילאנג קיינער וואקט נישט אריין דארטן ברענגן די וויירוס פון די וועלט -ווייל איעדע פאלגט און איז איינגעשפארט- האט נישט צו אסאך געשאדט זייערע אויבער חכמישקייט. און בנוגע לג בעומר... דארטן איז שוין די קריזיס כמעט געווען געענדיקט

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

דאס איז אלעס פיינע תורות אויב די וויירוס וואלט נישט אנגעקומען קיין מאה שערים בכלל, אין פאקט איז עס יא געווען דארט און אויך עטליכע קרבנות.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יוני 16, 2020 12:35 am

ראובן האט געשריבן:כ'האב נישט געזען אז איינער זאל שרייבן און אנאליזירן די אויפפירונג פון די לעצטע וואכן. סארי.

פאפא רב האט יעצט געמאכט קידוש לבנה מיט א מנין מצומצום.

עפן אן אשכול. ASAP!!!
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט