אידענטיטי פאליטיק ראטעוועט חרדישע יידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

אידענטיטי פאליטיק ראטעוועט חרדישע יידישקייט

שליחה דורך mevakesh »

לעצטנס קום איך מער צו דער הכרה אז פרעזידענט טראמפ איז משיח ער ראטעוועט אפ יידישקייט!
איהר מיינט אוודאי אז איך באציא מיר צו זיין אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל אבער ניין איך רעד נישט פון דעם און אויך נישט פון זיין שטיצע פאר אנעקסירן די שטחים
מיינט איהר אוודאי וועגן ער האט באפקייט ריבאשקין און ער האט דוירעכגעפיהרט דעם היסטארישען פריזען ריפארם ? ניין איך מיין דאס אויך נישט
טראמפ ראטעוועט די אמעריקאנע חרדישע יידישקייט פון אינטערגאנג! און איך בין אינגאנצען ערענסט מיט דעם
אסאך פון אונז היימישע מילעניאלס ווי מען רופט אונזער דור, האבן די לעצטע צען יאר געשפירט אז עס קומט א טויש אינעם חרדישן סיסטעם ווי מען רופט עס
די רבנים פארלירן טאטש מיט ריאליטי זיי זענען פארנומען מיט שמאלע געפאסטע קליידער און זיך ארום שלאגן צו מען זאל לאזן דעם פלומעניק זיך רופן דעם זעלבען נאמען אדער זאל ער זיך גאר צולייבען געוויסע נומערן צום סוף וכדומה
לעצטנס האט זיך אויך געטוהן איבער דעם חרם און איסור וואס פיהלע רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן הרב שמואל ניימאן און דער המון האט נישט אויפגענומען דעם איסור צו גוט און האט אין א וועג רעוואלטירט אנטקעגן דעם
די ווענט פון קעווע שטיבעל זענען אנגעפיהלט מיט כל מיני טענות און סברות אז דער מצב קען נישט ווייטער אזוי אהנגיין און א טויש אינעם געזעלשאפט איז אומפארמיידבאר
לכאורה איז אונזער חרדישע לעבנסשטייגער אין א סכנה פון צופאלן
אבער דא קומט אריין פרעזידענט טראמפ
טראמפ איז ווי באוואוסט גאר א גוטער מארקעטער. ער קען פארקויפן דוירעכגעפאלענע ברענדס ווי כאילו מען שארט גאלד ,ער פארשטייט גאר גוט ווי אזוי מען מארקעט און פארשפרייט פראדוקטן אדער איידיעס. ער האט אינדעטיפיצירסט אז עס אעז דא א קולטור מלחמה און מען דארף דאס אויפפלאקערן אויפן העכסטן פארנעם אזוי וועט יעדער מוזן נעמען א זייט
אלע יארן פלעגט זיין א געוויסע פראצענט צענטעריסטן אבער אויב עס איז דא א מלחמה איז נישטא אזא זאך ווי נייטראל יעדער מוז נעמען א זייט!
אפילו מענטשן וואס זענען ביז צוויי דריי יאר צוריק געווען סימפאטיש צו געוויסע איידעען אויף די אנדערע זייט פון פאליטישע מאפע מוזן יעצט אויסקלויבען א זייט הלנו אתה או לצרינו געהערט איהר צו די נארמאלע מענטשען וואס האלטן אז מען מאכט אונז משוגע מיט פאליטיקעל קאררעקטנעס און פארדארבענע ווירדן אדער געהערט איהר צו די נארמאלע וואס האלטן מיט סייענס און בויען א בעסערע סאסייעטי
יעדער מוז האלטן אז זיין וועג איז נארמאל און דער אנדערע איז משוגע פארדארבן (פיהלט אריין לויט אייערע פאליטישע אנטשויענגוען)
דער קולטור מלחמה וואס מיר האלטן מיט היינטיגע טעג איז נישט נאר געבליבען ביי אלגעמיינע פאליטיק עס קלאפט אויס אין יעדע געמיינדע אין אמעריקע און אפילו איבער די וועלט
ביי אונזער עולם איז ווי דערמאנט די לעצטע יארן געווען א שטארקע עסעניש קעגן די וועג ווי אזוי אונז אפערירן און מען האט אפילו אין שוהל געקענט מיטהאלטן גאר שטארקע וויכוחים איבער די טעמעס ווי צום ביישפיעל פארבעסערן לימודי חול וכדומה
אבער יעצט מיטן קולטור מלחמה וואס רוב רובו פונעם היימישער עולם האט זיך שטארק געשטעלט אויפן רעכטן זייט און אין געוויסע וועג איז היינט מער טאבו צו זיין א לינקער ווי א כופר אין שוהל קען מען מער נישט האבן טענות אויף סאסייעטי ווי אמאל. ווייל אונזער זייט פארלאנגט שטארקייט און סטרוקטור אפילו אויב עס מאכט ווייטאג פאר יחידים איז דאס נאכאלץ בעסער ווי די אנארכיע וואס ליבעראליזם קען ברענגען מיט זיך
נאך מער מען דארף דאס אפילו נישט ראציאנאליזירם דאס האט שוין מיט אידענטיטי
אויב איך אידענטיפיציר מיר מיט טענות אויף דעם געזעלשאפט איז ווי איך רייס ארונטער מיין אייגענע אידענטיטעט! און מיר זענען אינמיטן א מלחמה און אראפרייסן די אייגענע אידענטיטעט איז פארראט!
מען קען זאגן אז דער קולטור מלחמה האט צוריק אויפגעוועקט ביי אסאך יונגעלייט וואס האבן זיך שוואך אידענטיפיצירט מיט חרדישן יידישקייט די געפיהל פון אידענטיטעט מיטן רעכטן לאגער און דער חרדישע אידענטיטעט האט זיך מיטגעכאפט צוזאמעם מיט דעם
אלזא קען מען זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט באמת געראטעוועט די חרדישן געזעלשאפט פון זיך שפאלטן
באמת איז דאס נישט נאר טראמפ דאס איז א אלגעמיינע אויפוואכונג איבער די גאנצע וועלט און אין מדינת ישראל גייט פאר די זעלבע מיט ביבי און עס האט די זעלבע אפעקט ווי דא
די רעאליזאציע איז אינספירירט געווארן פון אלי ביתאןס טוויט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום mevakesh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר