איז גמרא דער איינציגסטער לימוד?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

איז גמרא דער איינציגסטער לימוד?

שליחה דורך אישתישבי »

אין ליכט פין דער אשכול, וואס דארט שרייבן אסאך אז תוספות איז פשוט נישט פאר זיי, זיי ברויכען זיך מוטשען צו פארשטיין, און פילען נישט קיין טעם דערין, לעומת גמרא רש"י האבן זיי ליב און א סיפוק, און פראבירן מטיל ספק צו זיי אויב תוס' האט טאקע א רעכט צו ווערען געדריקט אויף דער זייט פין דער גמרא וכו' ועוד.

איז משמע אז גמרא איז זיכער דער זאך, יעדער איד דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען און פארשטיין א בלאט גמרא, אהן דעם, איז מען ווי א בעל תשובה וואס דארף זיך באגענוגען מיט לערנען משניות צו חומש.

װעל זה באתי, פארוואס טאקע? פארוואס מוז יעדער, אפילו די וואס פילען נישט גארנישט אין גמרא, ער פארשטייט נישט דער עמקות און דער פשטות, פארשטייט נישט דער הלכה און דער קשיא, נישט דער תירוץ, און נישט פארוואס די גמרא דארף צוויי תירוצים ווען די קשיא הייבט זיך באמת נישט אהן ווייל תוס' פרעגט עס, און וואס מיינט בכלל לויט דער הוה אמינא? דער הוה אמינא איז דאך גלאט א טעות. און פארוואס דארף יעדער זאך א חידוש? און פארוואס דארף דער עברי זיין אזוי שווער? וכהנה רבות.

והעיקר, די בחורים אין ישיבות וואס זענען נישט געבענטשט צו פארשטיין גמרא, זיצען מיט אנדערע און שטיפען צייט, שטיפען די יארען, און דערנאך ווען זיי האבן חתונה שטיפען זיי א שיעור ביינאכט, אלץ צו לערנען גמרא, און ער פארשטייט נישט, ער ווייסט נאר פשיטא? און עפעס א חידוש וואס מען דארף זיין א מאמין צו פארשטיין. סד"א אז וויבאלט כהנים מעגן שחט'ן אין שבת דער תמיד, מעג איך שחט'ן מיין טשיקען פאר שלש סעודות קמ"ל אז נישט. וואס איז דער תועלת

וואלט נישט געוועהן א תועלת ווען מען מאכט אין די ישיבות אפאר שיעורים? ברוך השם די תורה איז גרויס, גמרא שולחן ערוך משנה ברורה, חומש רש"י רמב"ן, מדרש, זוהר, מוסר, א וועלט פין נושאים וואס מען רירט נישט צו, נאר מען שטיפט די צייט אויף די גרויסע גמרות וואס מען פארשטייט מיילא נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר