בלאט 1 פון 1

אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהין?

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 7:58 pm
דורך זכור ושמור
לאו דווקא יעצט ווען דער טעמע איז א הייסע אוןן מענטשן פגר'ן צו אוועקמופן און ישובים עפענען זיך ימין ושמאל. נאר בכלל, אסאך מאכט זיך וואס א מענטש געט א קלער: הלוואי ווען איך קען ווען וואוינען דארט אין דארט. נאר פשוט, עס איז דא טעכנישע עיכובים און מניעות; אמאל איז דאס געלט, משפחה, מוסדות און נאך, איש כפי אכלו.

איז יעצט מיין פראגע, ווען מען געט אייך אלע מעגליכקייטן און מען נעמט אוועק אלע שטערונגען וועלכע טוען אייך צוריקהאלטן, וואו אהין וואלט איר זיך געצויגן?

און אפילו מ'וואוינט אינעם ארט וואו מ'איז משתוקק צו וואוינען, קען מען נאכאלס שרייבן יענעם מקום. אפילו מ'געפינט זיך טאקע דארט.

כ'האלט נישט אז מיין פראגע איז א נארישע, און כ'בין זיכער אז דער אשכול האט א שטארקע פאטענציאל.