אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך גדליה »

א גוטען אווענט טייערע יודישע קינדער, טאטעס און מאמעס, אינגעלייט מיט קינדער, הן די בחורים הן די נשים צדקניות, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

מיר האפען אז אונזער בריעף געפינט אייך אין א גיטע צושטאנד, ב"ה עת הזמיר הגיע, די זון שיינט שוין און די ביימלעך וואקסען שיין, סיי די וואס זענען געבליבען אין שטאט, סיי די וואס זענען ארויס געפארען צווישען די בערג, קוקען מיר ארויס און מיר ווארטען אז דער זומער זאל אייך טרעפען אין א גוטן צושטאנד, די קינדערלעך זאלן זיך אויסגעבען אביסעל, און אלעס זאל פארן על מי מנוחות אן קיינע שום שוועריקייטען. בפרט אין די יעצטיגע צייט, ווען כלל ישראל האלט נאך א גאר שווערע אביב, ווען מ'האט אוועקגעריסען פון אונז די שענסטע און די בעסטע, און ברוך ה' מ'האלט שוין ביי ותעצר המגיפה, און מ'קען זיך אביסעל שטעלען אויף די פיס, די ביזנעסער איז שוין אביסעל צוריק ווי געהעריג, און מ'קען אביסעלעל אפאטעמען און זיך בארואיגען, האפן מיר אז איהר האט טאקע באוויזן צו קומען צו זיך, און מ'קען שוין ב"ה איבערמישען א נייע בלעטעל.

מיר ווילען אדרעסירען א קריטיש וויכטיגע אנגעלעגענהייט וואס האט זיך אקורשט אפגעשפילט אין היימישען ניו יארק, און האט געמאכט אסאך טומעל איבער די היימישע וואטסאפ און ט"ג טשענעלס. מיר וועלען אראפלייגען די מדובר לויט די ביסעל אינפארמאציע וואס מיר האבען געהערט, אפשר איז עס נישט אזוי פונקטליך אבער תוכן הדברים איז בערך אזוי: איינע פון די גרעסטע חסידישע מוסדות אין אמעריקא, וואס זייער צענטער איז אין אידישן וומסב"ג, און זייער קהילה איז בארימט מיט זייערע וואוילטעטיגע אקציעס צו ארויסהעלפען מוסודת פון איבער די גאנצע וועלט, ויהי היום, די זומער האט זיך אנגעהויבען, און היות מחמת א סך פאמיליעס זענען געבליבן אין שטאט צוליב די שוועריקייטן מיט קעמפס, האט מען געעפנט די חדרים פאר די שטאטישע קינדער. האט זיך אזוי געמאכט אז טייל טאטעס האבען נישט איינגעצאלט געלט פאר די זומער חדר. ווער מחמת וואס זיי האבען נישט דאס געלט, בפרט אין די איצטיגע שווערע עקאנעמישע צייטן, נאך וואס א סך ביזנעס איז צאמגעפאלן וועגן קאויד. ווער מחמת אנדערע סיבות.

האט די יעניגע מוסד, די מדובר איז פון א תלמוד תורה פאר אידישע אינגלעך, געשטעלט וועכטער ביי די טיר און געזאגט אז ווער ס'האט נישט א איינטריט קארד קען נישט אריינגיין. דא עקא, אז טאמער האט איינער געוואלט באצאלען און ארויסנעמען א איינטריט קארד, איז נישט געווען צו וועם צו רעדען, ווארום די בעלי בתים פון די מוסדות, וואס ריפט זיך הנהלה, זיינען שוין געווען אויף זומער אין דאטשע. איז די אפיס געווען צוגעשפארט. נאך מער, אסאך טאטעס האבען געצאלט אויף די אינטערנעט אויף די פארלאנג פון די בעלי בתים פון די מוסדות (למרות וואס יענע חסידות וואס די מסודות באלאנגט צו זיי איז שטארק קעגן די אינטערנעט, און זייער רבי האט זיך אפילו באטיילגט אין די אנטי אינטערנעט ראלי, כאטש וואס ס'איז דארט געווען אגודיסטן בעלי דרשנים אויף ענגליש, וואס אין יענע חסידות איז מען קעגען זיי) אבער היות די קארטל איז נישט אנגעקומען אין פאסט, האבען זיי נעבעך נישט געקענט שיקען די קינד אין חדר.

נו, א פראבלעם. מאכט זיך א מיספארשטענדיש. מ'קען זאגן ס'איז א שטיקעל קאנטראווערסי, ווייל ס'איז דא מאנכע וואס טענה'ן מיט א ארגינעלע טענה אז א אידישע מוסד ברויך יא ארייננעמען קינדער אפילו זייער פאטער קען נישט צאלן שכר לימוד, ווייל ס'איז דאך א חיוב אין א שטאט צו שאפן געלט פאר אזוינע טאטעס, מדינא דגמרא כתקנת יהושע בן גמלא. ווידער אנדערע ברענגען א קלארע ראיה פון די אלטע מסורה פון די שומר הפתח אין הילל הזקן'ס בית מדרש, אז איינער קען נישט באצאלן מעג ער פארפרוירען ווערן ביז אייז אבער אין סמעדרעש קומט מען נישט אריין. איז דא צוויי דעות און מיר וועלן נישט מכריע זיין צווישען די הרים הגבעות, יהושע בן גמלא קעגען די סעקיוריטי גארד.

מיר ווילען זיך נאר שטעלען אויף איין נקודה, צווישען די פארשידענע וואויסנאוטס וואס איז ארומגעגאנגען איז געווען איינער וואס האט פארפירט "דא איז עפעס א פאבליק סקול??!!" יענע האט כאילו גע'טענה'ט, דא איז א אידישע מוסד, א חסידישע מוסד, וואס מ'האט אביסעל רחמנות אויף די עלטערען. מילא די פאבליק סקול, פארשטייט מען, זיי פירען זיך דאך ווי גויים, און אז א טאטע האט נישט קיין געלד, לאזט מען נישט אריין זיין קינד, אבער די יודן זענען דאך בעסער. מיר זענען דאך עפעס אתה בחרתנו, מיר זענען דאך עפעס גומלי חסדים, ווי קומט אזא גלייכגילטיקייט צו א טאטע'ס צער.

אויף דעם ווילען מיר מעורר זיין כלל ישראל, אז גראדע אין פאבליק סקול וואלט אזא זאך נישט געשעהן, כידוע אז פאבליק סקול איז א ארט ווי יעדעס קינד לערענט בחינם. מ'רעכענט נישט קיין געלד. איי וועט איהר פרעגען ווער צאלט אויס די הויעכע געהאלטן, די אסטראנאמישע סכומים פון די גויאישע מלמדים און גויאישע מנהלים, וואס כידוע אז א גויאישע טיטשער פארדינט בערך דריי צי פיר מאל אזוי פיל ווי א יודישע מלמד?
די תירוץ איז, די רעגירונג צאהלט אויס די געהאלטען, מיט די ספעציעלע שטאטישע פראגראמען וואס זיי שטעלען צו אויסצוצאלן די אלע אסטראנאמישע אויסגאבן. וואס ביי זיי איז דאס פי כמה, ס'קאסט א מוזיק טיטשער מיט א ספארטסט טיטשער, מיט נאך צוואנציג זאכען וואס אין א חסידישע חדר איז אינגאנצען נישט פארהאנען. איז האבען זיי אזא עצה, אז זיי צאלן דאס געלד פון די שטאטישע קאסע, למרות וואס קיינע דינער געלט פארלאנגען זיי נישט פון קיינעם.

יעצט א אידיש קינד וועט דאך נישט אויפקומען אין ווילדסטע געדאנק צו שיקען א קינד אין פאבליק סקול, הס מלהזכיר. אבער דאך איז א כלל, חכמה בגויים תאמין. אז א גוי'אישע טעמישע קאפ קען זיך א עצה געבען, און שאפען פין זיך אליינס געלט צו צאלען פאר טיטשערס און אנדערע זאכען, כדאי א קינד זאל נישט דארפן ווערן ארויסגעלאזט פון א פשוט'ע עדיוקאציע, איז דאך על אחת כמה וכמה, אז מיר יודן ברויכען זיך אנשטרענגען און מסדר זיין אויף אזוי אופן אז אלע טאטעס זאלן קענען שיקען די קינדער אין די יודישע חדרים און מיידעל שולעס.

א חסידיש לעבען קאסט אסאך געלט, א שטריימעל קאסט געלט, א פסח קאסט געלט, לעבען אין א גרויסע קהילה קאסט געלט (ריעל עסטעיט וכו'), במילא איז דא אסאך חסידישע יודן וואס זיי קאנען פשוט נישט צאלן שכר לימוד, אפילו זיי זאלן וועלען. ווידער די טאטעס וואס זיי קענען יא צאלען, און זיי ווילן נישט מחמת איזה סיבה, אבער למעשה וואס זענען זייערע קינדערלעך נעבעך שולדיג? ואלה הצאן מה חטאו. וואס קומט זיך זיי נישט אז מ'זאל לערנען ויקרא מיט א קליינע אלף, אפשר וועט איינער אפילו וואקסען א גדול בתורה. ס'איז נישט כדי אז פאר א בצע כסף זאל א יודיש קינד פארשעמט ווערען, אהיימגעשיקט ווערען, אדער חלילה מבטל תורה זיין.

נישט לאנג צוריק האבן די באהערדע ליידער אפגעשפארט די חינוך אנשטאלטן און ישיבות צוליב פיקוח נפש סיבות. יעדער יוד ווייסט ווי שווער ס'איז אנגעקומען, ווי ס'האט אונז באנג געטאן אז א אידיש קינד גייט ליידיג אפילו איין טאג. נו מיר ווייסען אז דער זאטער שפירט נישט די הונגעריגער, אבער דא האמער דאך אלע געזעהן ווי שרעקליך ס'איז, איז דאך א גוטע תשובת המשקל אז מ'זאל זיך צאמנעמען און מסדר זיין א קרן, א פאנד, צו מאכן עפעס א סיסטעם. עפעס א חסידישע פאבליק סקול. ווי יודישע קינדער קענען קומען לערנען תורה יעדע טאג און אהיימגיין, בחינם אין כסף. אפשר קען מען אפילו טרעפען וואלונטירן אין אנהייב, און נאכדעם איינמאל ס'איז אוועקגעשטעלט וועט שוין זיין נדבנים. פילייכט אפילו די יעניגע מוסדות וואס האט אפגעשפארט זייערע טירען, וועט זיך לאזן קאסטן געלט פאר די ילדי פאבליק חדר.

די פאבליק חדר קען זיין א שיינע זאך, און ס'וועט א סך אויפטוהן פאר יודישקייט ברוחניות ובגשמיות. מ'קען באקומען שיין געלד פון די גאווערמענט, און ווייטער די מלמדים, וואס קאסט שוין אפאר טאלער פאר א כולל אינגערמאן צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער, כ'בין זיכער אז ר' הערשעל שרייבער צו ווער וועט זיך עפענען די טאשען און זיכער מאכן אז זיי ווערן נישט מקופח.


מיר וועלען מסיים זיין מעין הפתיחה, מיר האפען אז אלע יודישע קינדער זאלן האבען א לעכטיגע שיינע זומער, מיט אסאך פאן, אסאך געלט און אסאך נחת געזונטערהייט מיט הרחבת הדעת.


אייער פריינט

גדליה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר