ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יולי 03, 2020 7:21 pm

ביי די מער מאדערענער פרומע עולם, איז מאכן שבת פרי דער נארמע, ביי אונז חסידים איז דא אסאך מנינים צו מאכן שבת פרי. אבער זעהנדיג א אינטרעסאנטע אבזערוואציע איז כדי דאס אויסצושמועסן.

אין הלכה ווערט די זאך ברייט אויסגעשמועסט אין הל' שבת אין מג"א, ווי ער זאגט התירים צו דאווענען פרי ערב שבת, אפילו מען דאווענט נישט פרי אגאנצע וואך. אין בית יוסף קען מען זעהן גדולים פין די חכמי אשכנז וואס האבן מקבל שבת געוועהן פרי, און דערנאך שפאצירט ביים וואסער ווען עס איז נאך געוועהן לעכטיג. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט מקבל געוועהן פרי שבת חנוכה, אז מען האט געזאגט גוזמאות אז ווען ער האט קידוש געמאכט האט דער זון געשיינט אויף דער בעכער (זעהט אויס דער בעכער איז דעמאלסט נישט געוועהן פארמשכון'ט), און דער זאך איז א אנגענומענע ביתר אז מען "קען" דאס טוהן.

בשם דער גר"א ווערט געברענגט אז מאכן שבת פרי איז א גרויסע מצוה און א קליינע עבירה, און מקבל זיין שפעט בזמנה איז א קליינע מצוה און א גרויסע עבירה, נעמליך אז די הלכה'דיגע פראבלעם פין מאכן פרי מאכט עס א קליינע עבירה, אבער שפעט האט דער חסרון אז מען איז נישט אזוי בשמחה.

מיט דעם אלעם איז היינט געווארען א שלעכטע בליק אויף דער "ערלי שבת", מען טוט עס אזוי סטעריאטייפען אלס א מאדערנע פויערישע זאך, גרויסע רבי'ס וועלען קיינמאל נישט דאווענען פרי, און אפילו קליינע רבי'ס וואס האפן צו זיין גרויס וועלען אויך דאווענען שפעט, אפילו אין זייערע בתי מדרשים איז דא א ערלי מנין.

אין בעלזא האט דער רב מתיר געוועהן צו מאכן ערלי מנינים אין די שטיבלעך, אבער ער איז א יוצא מן הכלל, כמעט נישט דא קיין גרויסע חסידישע בתי מדרשים וואס וועלען האבן ערלי מנינים אין זייער בית המדרש.

און דו איז דא שאלה פארוואס?

וואס האבן דא בעסערע עליטישע שוואנצאנישע קעגען דער ערלי שבת? וואס האט עס געזינדיגט?

איך קען זעהן אז אין די נאנטע עתיד וועט איינער פין די רבי'ס לאזן פאלען ווערטער קעגן דער ערלי שבת, אז דאס איז נישט קיין משנת חסידים, צוביסלעך וועט מען עס אסר'ן, צוביסלעך וועט מען טראסקענען קינדער פין מוסדות ווען דער טאטע דאווענט ערלי. איינער פין די שאלות אויף די אינטערנעט פאפיר וועט זיין, ווי דאווענט איר פרייטאג מנחה מעריב?

קען דאס איינער מסביר זיין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

הודעהדורך ישן מלא חדש » מוצ"ש יולי 04, 2020 11:26 pm

זייער פשוט:
וואס האבן די רבנים צו טוהן אין די לאנגע פרייטאג'ס
דארפן זיי גיין צו די ארבייט? ניין
דארפן זיי ארויס העלפן מיטן קאכן? ניין
דארפן זיי גיין איינקויפן? ניין
דארפן זיי ארויס העלפן מיט די קינדער? רוב פון זיי האבן שוין חתונה געמאכט אלע אייניקלעך.
איז וואס דען האבן זיי צו טוהן אויב נישט כאפן א לאנגע דרימל ערב שבת, איז פארשטייט זיך פאר די וואס שטייען אויף א שעה פארן זמן און עסן דעמאלט א טועמיה צו דער זעט אוודאי מאכן זיי שבת שפעיט (ווייל ער איז דאך אויס גערוהט) פירן זיי טיש שפעיט (ווייל זיי זענען נאך אנגעזעטיגט) און דאווענען שבת צופרי שפעיט (ווייל די טיש האט זיך גענדיגט זייער שפיעט) און קענען נישט פארשטיין די וואס זענען פאריאגט א גאנץ פרייטאג און ווייסן אז ווילאנג די ליכט וועט נישט ברענען וועט ער קיין מנוחה נישט האבן און יאגט זיך צום שבת פאר אביסל מנוחה ושמחה.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 05, 2020 7:30 am

ישן מלא חדש האט געשריבן:זייער פשוט:
וואס האבן די רבנים צו טוהן אין די לאנגע פרייטאג'ס
דארפן זיי גיין צו די ארבייט? ניין
דארפן זיי ארויס העלפן מיטן קאכן? ניין
דארפן זיי גיין איינקויפן? ניין
דארפן זיי ארויס העלפן מיט די קינדער? רוב פון זיי האבן שוין חתונה געמאכט אלע אייניקלעך.
איז וואס דען האבן זיי צו טוהן אויב נישט כאפן א לאנגע דרימל ערב שבת, איז פארשטייט זיך פאר די וואס שטייען אויף א שעה פארן זמן און עסן דעמאלט א טועמיה צו דער זעט אוודאי מאכן זיי שבת שפעיט (ווייל ער איז דאך אויס גערוהט) פירן זיי טיש שפעיט (ווייל זיי זענען נאך אנגעזעטיגט) און דאווענען שבת צופרי שפעיט (ווייל די טיש האט זיך גענדיגט זייער שפיעט) און קענען נישט פארשטיין די וואס זענען פאריאגט א גאנץ פרייטאג און ווייסן אז ווילאנג די ליכט וועט נישט ברענען וועט ער קיין מנוחה נישט האבן און יאגט זיך צום שבת פאר אביסל מנוחה ושמחה.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

אבי געשאסן. פארקערט, די רבי'ס קענען דאך מאכן שבת פרי, ווייל זיי האבן אסאך צייט. די ארבעטארערס (וואס איך האב נאך נישט געטראפן, נאר קוועטשערס אז מ'ארבעט צופיל, נישט אז מ'ארבעט טאקע, אבער שוין) זענען די וואס מוזן מאכן שבת שפעט.

איך ווייס נישט צו דער עולם ווייסט, אבער דער אלגעמיינע מנהג אין די גאנצע אשכנזיש'ע וועלט איז אייביג געווען צו דאווענען פרי. אין פולין אונגארן רוסלאנד ליטא דייטשלאנד, אומעטום. הרב מאיר בר-אילן ברענגט גאר אז אין נאוואהרדאק איז דער יום השוק געווען פרייטאג, און דער ערוה"ש האט זיך שטארק געשטעלט אז עס זאל נישט זיין קיין שפעטערע מנין פרייטאג צו נאכט, ווייל דאס ברענגט צו חילול שבת. ער פלעגשט שטיין ביים עמוד אין שול נישט צולאזענדיג א בעל תפלה צוגיין אויף מנחה קבלת שבת. ער שרייבט גראדע אז וויבאלד חלבי חול אין קרבים שבת, דעריבער האט מען דאך מקריב געווען אלע חלבים פון פרייטאג פאר שבת, און ממילא קומט זיך עס אז מ'זאל דאווענען מעריב פרייטאג צו נאכטס נאך פאר נאכט.

אויף אייוועלט איז לעצטענס געווען א שמועס דערוועגן, ווי איינער פון די ראשי הצבועים דארט האט מאריך געווען בנפלאות מיט הבל וריק וועגן דער רבי'ס מיינונג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יולי 05, 2020 10:59 am

דאס וואס די ברענגסט פין חלבים ואברים זאגט דער מג"א.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג יולי 05, 2020 12:57 pm

קודם וויייס איך שוין אז אישתשבי לערנט דעם דף.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג יולי 05, 2020 1:25 pm

מפיל קינד האט געשריבן:קודם וויייס איך שוין אז אישתשבי לערנט דעם דף.
און יעצט ווייס מיר אונז שוין אז מפיל לערנט עס אויך...
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 05, 2020 3:31 pm

דא רעדט מען צוזאם פארשידענע שטותים אויף אייוועלט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יולי 05, 2020 5:07 pm

מפיל קינד האט געשריבן:קודם וויייס איך שוין אז אישתשבי לערנט דעם דף.


גראדע נישט. וואס שטייט אין דף?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג יולי 05, 2020 5:25 pm

פרייטאג, דף קיט איז געשטאנען די מחלוקת רב ושמואל וואס איז חשוב'ער, להקדים או לאחר.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 05, 2020 7:59 pm

ווען איך האב געלערנט יענער גמרא, האב איך אלס געמיינט אז עס רעדט זיך פון שבת ביי טאג, וואס מ'קען עסן פרי אלס כבוד שבת, אדער שפעטער ווען מ'איז מער הונגעריג. נישט פרייטאג צו נאכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג יולי 05, 2020 8:57 pm

גערעכט אז מ'רעדט פון סעודות, אבער פארוואס נאר די בייטאג סעודה?
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

מפיל קינד האט געשריבן:גערעכט אז מ'רעדט פון סעודות, אבער פארוואס נאר די בייטאג סעודה?

ווייל רש"י זאגט 'אי רגיליתו לאקדומי - סעודתכם בבקר אחרוה.' פון דעם איז מיר געלעגן אין קאפ אז עס רעדט זיך בבקר.

און נישטערנדיג אביסל אין די מפרשים האב איך דאס געטראפן

בן יהוידע האט געשריבן:ומקשים למה לא פירש רש"י על הלילה, ונראה לי כי איחור הסעודה הוא דבר קשה לעונג שבת, ובודאי לא היה אומר להם לעשות כן על הלילה, דערב שבת עוסקים ויגעים הרבה ואין אוכלים בו סעודה גמורה אפילו בבוקר, וגם מן הצהרים נזהרין ואין אוכלין כלל, ואם כן בלילה באים רעבים הרבה ואיך יאמר להם לאחר זמן סעודתם שישארו רעבים בכניסת שבת, ומה גם דיש חסידים ואנשי מעשה שהיה דרכם להתענות בשבת, לכך ודאי לא אמר להם עצה זו דיאחרוהו אלא רק על היום בבוקר, דלא איכפת להו כל כך אם יאחרוהו, כיון דבלילה נתמלאת כריסם מסעודה ראשונה של שבת, ועוד משום דכבוד יום עדיף מסתמא לא אמר להם לעשות שינוי זה בסעודה, אלא רק באחת שהיא של יום שהיא עקרית יותר משל לילה:
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך שפילער » זונטאג יולי 05, 2020 10:49 pm

ס'האט לכאורה צוטון ווייל די cool מענטשן האבן עס נגעהויבן צו טון קיקט מען עס שטארק אראפ. אויך וועגן חדש מיין טאטע האט עס נישט געטון און מיין זיידע האט עס נישט געטון וויל איך עס נישט טון.
איך האלט סאיז א געהעריגע רשעות נישט צו דאווענען ערלי
שפילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יולי 05, 2020 10:53 pm

עס זעהט אויס פין די מגיבים אויף אייוועלט אז עס איז דא צוויי סארט,

א. שווער צו פארשטיין פארוואס מענטשן רעדן זיך איין עס איז באקוועמער.

ב. עס איז פין די מתחדשים וואס ווילען מאכן אידישקייט באקוועמער.

דער לעצטער פונקט האב איך געראדע געהערט פין נאך מענטשן אז מען טוט עס צו מאכן אידישקייט באקוועמער, און דאס דארף צו זיין א פראבלעם.

קען איינער אריינקומען קלארער?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יולי 06, 2020 1:23 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:גערעכט אז מ'רעדט פון סעודות, אבער פארוואס נאר די בייטאג סעודה?

ווייל רש"י זאגט 'אי רגיליתו לאקדומי - סעודתכם בבקר אחרוה.' פון דעם איז מיר געלעגן אין קאפ אז עס רעדט זיך בבקר.

און נישטערנדיג אביסל אין די מפרשים האב איך דאס געטראפן

בן יהוידע האט געשריבן:ומקשים למה לא פירש רש"י על הלילה, ונראה לי כי איחור הסעודה הוא דבר קשה לעונג שבת, ובודאי לא היה אומר להם לעשות כן על הלילה, דערב שבת עוסקים ויגעים הרבה ואין אוכלים בו סעודה גמורה אפילו בבוקר, וגם מן הצהרים נזהרין ואין אוכלין כלל, ואם כן בלילה באים רעבים הרבה ואיך יאמר להם לאחר זמן סעודתם שישארו רעבים בכניסת שבת, ומה גם דיש חסידים ואנשי מעשה שהיה דרכם להתענות בשבת, לכך ודאי לא אמר להם עצה זו דיאחרוהו אלא רק על היום בבוקר, דלא איכפת להו כל כך אם יאחרוהו, כיון דבלילה נתמלאת כריסם מסעודה ראשונה של שבת, ועוד משום דכבוד יום עדיף מסתמא לא אמר להם לעשות שינוי זה בסעודה, אלא רק באחת שהיא של יום שהיא עקרית יותר משל לילה:

כ'האב אויך געזען די רשי, אבער רשי הק' זאגט עס נישט באלד, נאר א שורה שפעטער.

אגב, אויף עמוד א' זאגט דארט רש"י ביי די בהמות גוזמא קתני, וכן ההוא דלעיל... פארוואס זאגט עס נישט רשי אויבן? נאר מ'דארף זיך אמאל קענען איינהאלטן בפרט אז מ'רעדט פון חז"ל הק', אבער אז מ'דערמאנט שוין שפעטער גוזמאות, לייגט ער שוין צו אז אויבן איז אויך א גוזמא. ודוק...
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 06, 2020 9:56 pm

כ'האב געהערט פון א איד וואס ער וואוינט אין שיכון סקווער, וואס כידוע דאווענט מען דארט זייער שפעט קבלת שבת אז מען זאל ערשט מקבל שבת זיין נאך 72, און צוליב דעם פירט ער זיך אז ער דאווענט מיט א פריעדיגע מנין מנחה ערגעץ אין מאנסי, און נאכדעם איז ער מקבל שבת (אן מעריב) אינדערהיים נאכן זמן, און ער מאכט קידוש און וואשט זיך צום שבתדיגע סעודה,
און נאכן בענטשן גייט ער אין שוהל דאווענען מעריב שוין א געגעסענער...
זאגט מיר איינער אז דער מנחת יצחק פלעיגט דאס אויך טוהן אין מאנטשעסטער
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 06, 2020 10:11 pm

און איך טו אזוי אין לעיקוואד אויך, איך דאווען מנחה גדולה ווי געווענדליך, און ביים זמן שבת זאג איך קבלת שבת און איך מאך קידוש און עס א סעודה, און נאכ'ן סעודה גיי איך דאווענען. דער גר"א שרייבט מ'זאל דאס נישט טון.

עס איז מיר מאדנע אז אין מאנטשעסטער איז געווען אין יענער יארן א מנין נאכ'ן זמן פרייטאג צו נאכט. אין ענגלאנד מאכן אפילו חסידיש'ער אידן שבת פרי, קוק אויף אייוועלט ווי אנעים זמירות פארשטייט נישט וואס מ'וויל פון די וואס מאכען שבת פרי. צאת הכוכבים אין מאנטשעסטער קען זיך ציען ביז עלעף אזייגער. שבועות ביינאכט האט מען כמעט נישט געלערנט דארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 07, 2020 12:31 am

אידישקייט באשטייט פון איין זאך "negativity", ממילא איז יעדע זאך וואס מ'טוט פאר באקוועמליכקייט שוין פסול. וואס איז די הסבר? דאס איז די הסבר! תכבד העבודה על האנשים ואל ישעו בדברי שקר.

היינטיגע רביס האבן סתם אזוי ליב צו זיין פארשלעפט.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

Re: ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג יולי 07, 2020 2:10 am

מפיל קינד האט געשריבן:פרייטאג, דף קיט איז געשטאנען די מחלוקת רב ושמואל וואס איז חשוב'ער, להקדים או לאחר.
אין סאקמער האט מען טאקע דערפאר איינגעפירט, און אזוי פיקט זעך אין ניו יורק רוב חרדישער ציבור אז 15 מינוט נאך די שקיעה טוהט מען נישט קיין שום מלאכה אפי׳ בעצם איז מען נישט אבור צו טוהן א מלאכה מעיקר הדין פון די 72-60 וונט זיך לפי וועלעכער שיטה און אזוי ווער טאקע געברענגט אין מכילתה פרשת יתרו.

בנוסף לכך, על פי חז"ל ישנה מצווה להוסיף לזמנה של השבת מיום שישי ומיום ראשון, מצווה הנקראת תוספת שבת. רוב הפוסקים פוסקים להלכה את דין תוספת שבת, וכך נוהגים להלכה כיום. עם זאת, הרמב"ם פסק את דין התוספת רק לגבי יום הכיפורים ולא לגבי שבת. אורכה של תוספת הזמן לפני שקיעת השמש ביום שישי משתנה מקהילה יהודית אחת לאחרת לפי מסורות מקומיות. בישראל נהוגה בדרך כלל תוספת של 20 דקות, כאשר בחיפה נוהגת תוספת של 30 דקות ובירושלים נוהגת תוספת שבת של 40 דקות קודם לשקיעת החמה.

גם במוצאי שבת נהוג להמתין לאחר צאת הכוכבים דקות אחדות, כדי להראות שהשבת חביבה על שומריה, ולכן הם אינם 'מוציאים' אותה (כלומר עורכים הבדלה) מיד כשהדבר ניתן הלכתית, אלא מאוחר יותר. בחצרות חסידיות נוהגים להאריך את השבת עוד יותר, ויש העורכים את ההבדלה שעות לאחר זמן צאתה.

"זכור ושמור - זכור מלפניו ושמור מאחריו, מכאן אמרו: מוסיפין מחול על הקדש. משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו"

און אין שלחן ערוך ווערט געפאסקענט כדעת הראשונים אז

״חובת תוספת שבת ויום טוב בלשון 'יש אומרים', אך היות שהשולחן ערוך פוסק כשיטת רבנו תם בבין השמשות לפיה גם לאחר שקיעת החמה הנראית נמשך היום למשך כ־50 דקות, תוספת שבת לשיטתו היא בזמן זה, זמן שלפי שיטת הגאונים בבין השמשות המקובלת כיום הוא חלק מעיקר השבת״.

און דאן וועל איך מעתיק זיין לפי אלע שיטת וואס איז דאס ממהרים ומאחרים.

סוף יום מבחינה הלכתית הוא עם שקיעת החמה. לאחר שקיעת החמה מתחיל פרק זמן מסופק המכונה בין השמשות (נמשך כ־20 דקות), ולאחריו חל צאת הכוכבים, שהוא תחילת הלילה והיום הבא. מסיבה זו, השבת חלה החל משקיעת החמה של יום שישי (כולל זמן בין השמשות המסופק) ועד צאת הכוכבים של יום השבת. לכן, זמני תוספת שבת הם בפרק הזמן שלפני שקיעת החמה ביום שישי ובפרק הזמן שאחרי צאת הכוכבים בשבת.

פרשני התלמוד והפוסקים התחבטו במידת הזמן הנדרשת לתוספת שבת. הגישה המקובלת גורסת שאין לתוספת שבת שיעור מוגדר, ודי בתוספת בשיעור זמן מינימלי לקיום חובה זו, ולכן סבר הרב משה פיינשטיין שאין צורך להוסיף יותר מ-2 דקות (ופחות מכך - לא ניכר שמוסיף על השבת). עם זאת, יש פוסקים שהסתפקו בשיעור הזמן של תוספת זו, והרב צבי שכטר סבור (על פי לשון רבינו פרץ) שחייבים להוסיף לפחות חצי שעה לפני השקיעה.[דרוש מקור] בנוסף לכך, דעת היראים, שהשקיעה ההלכתית (לא רק לעניין כניסת שבת) היא כשיעור מהלך ג' רבעי מיל קודם שקיעת גלגל השמש, ולדעתו דין תוספת שבת הוא בנוסף לשיעור זה. ולכן כתב המשנה ברורה[6] "ומי שמחמיר על עצמו ופורש עצמו ממלאכה חצי שעה או עכ"פ שליש שעה קודם שקיעה אשרי לו דהוא יוצא בזה ידי שיטת כל הראשונים".

כתוצאה משיטות שונות אלו קיים הבדל בזמן כניסת השבת (וזמן הדלקת נרות) במקומות שונים. ברוב המקומות נהגו על פי המשנה ברורה לקבל שבת 20 דקות לפני השקיעה, ולכן בלוחות השנה הנפוצים מודפס זמן הדלקת הנרות בתל אביב וברוב אזורי הארץ 22 דקות לפני השקיעה, משך זמן הכולל גם 2 דקות בהן יוכלו להדליק את נרות השבת לפני שיפסיקו כליל לעסוק במלאכות האסורות בשבת. גם על כך לא הכל מקפידים, מאחר שמעיקר הדין גם קבלת שבת דקה או שתיים לפני השקיעה יכולה להיחשב כ"תוספת שבת". ברוב המקומות בחו"ל, זמן הדלקת נרות מודפס ב-18 דקות לפני השקיעה.[7]

אך בירושלים זמן הדלקת הנרות הוא כ-40 דקות לפני השקיעה. אחת הסיבות למנהג ירושלים הוא מיקומה בין ההרים והעובדה שבתקופות מסוימות השמש מוסתרת על ידי ההרים, או נראית יותר זמן[דרוש מקור], אך הסיבה העיקרית היא שמחמירים גם את שיטת היראים שלדעתו השקיעה היא ג' רבעי מיל לפני שקיעת גלגל החמה, וגם את הדעה שזמן תוספת שבת הוא עד שיעור מהלך ג' רבעי מיל, וגם נוקטים כהדעה המחמירה ששיעור מהלך מיל הוא 24 דקות, שזה יוצא 36 דקות לפני השקיעה. וכך אם ידליקו את הנרות 40 דקות לפני השקיעה, יוכלו לפרוש ממלאכה 36 דקות לפני השקיעה.

לדעת רוב הפוסקים, הזמן המוקדם ביותר לקבלת תוספת שבת הוא פלג המנחה, אך לפני כן לא ניתן לקבל את השבת.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

הודעהדורך מיינונגזאגער » דינסטאג יולי 07, 2020 2:13 am

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'האב געהערט פון א איד וואס ער וואוינט אין שיכון סקווער, וואס כידוע דאווענט מען דארט זייער שפעט קבלת שבת אז מען זאל ערשט מקבל שבת זיין נאך 72, און צוליב דעם פירט ער זיך אז ער דאווענט מיט א פריעדיגע מנין מנחה ערגעץ אין מאנסי, און נאכדעם איז ער מקבל שבת (אן מעריב) אינדערהיים נאכן זמן, און ער מאכט קידוש און וואשט זיך צום שבתדיגע סעודה,
און נאכן בענטשן גייט ער אין שוהל דאווענען מעריב שוין א געגעסענער...
זאגט מיר איינער אז דער מנחת יצחק פלעיגט דאס אויך טוהן אין מאנטשעסטער
די זמן שבת אין די זומער איז שרעקליך שפעיט איז מען זיך בעצם זייער מקיל אין דעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 07, 2020 2:27 am

מיינונגזאגער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'האב געהערט פון א איד וואס ער וואוינט אין שיכון סקווער, וואס כידוע דאווענט מען דארט זייער שפעט קבלת שבת אז מען זאל ערשט מקבל שבת זיין נאך 72, און צוליב דעם פירט ער זיך אז ער דאווענט מיט א פריעדיגע מנין מנחה ערגעץ אין מאנסי, און נאכדעם איז ער מקבל שבת (אן מעריב) אינדערהיים נאכן זמן, און ער מאכט קידוש און וואשט זיך צום שבתדיגע סעודה,
און נאכן בענטשן גייט ער אין שוהל דאווענען מעריב שוין א געגעסענער...
זאגט מיר איינער אז דער מנחת יצחק פלעיגט דאס אויך טוהן אין מאנטשעסטער
די זמן שבת אין די זומער איז שרעקליך שפעיט איז מען זיך בעצם זייער מקיל אין דעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk


באמת, איז דאס שפעטע זמן אמאל געווען נאך א גרעסערע אישו, ווייל אין אירופע איז די צוויי עקסטרימס פון נץ און שקיעה געווען פול ווייטער גערוקט אין די זומער טעג ווי ביי אונז אין אמעריקע.

ס'איז אינטערסאנט צו וויסען ווי אזוי מ'האט זיך למעשה געפירט לאורך ימים ושנים, פאר מ'שרייעט חדש, אדער ביינונז האט מען זיך נישט נוהג געווען, וכו'...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום דינסטאג יולי 07, 2020 2:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 07, 2020 2:30 am

דער תרומת הדשן שרייבט דאך שוין וואס מ'פלעגט טון...

בכלל ווייסן מיר דאך אז ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף חדש...
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 07, 2020 2:32 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער תרומת הדשן שרייבט דאך שוין וואס מ'פלעגט טון...


זאג נאר, דער תרומת הדשן איז געגאנגען מיט א שטריימעל..?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום דינסטאג יולי 07, 2020 2:35 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 07, 2020 2:33 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער תרומת הדשן שרייבט דאך שוין וואס מ'פלעגט טון...

בכלל ווייסן מיר דאך אז ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף חדש...


פאר זיך נישט. פאר יענעם יא.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 07, 2020 2:33 am

דאכציך אז אין אבן שתיה ווערט געברענגט אז דער תורת חיים פון קאסוב פלעגט מאכן זייער פרי שבת, עד כדי כך אז מ'האט געזאגט אז די זון האט אריין געשיינט אין בעכער ביי קידוש. נאך עפעס דערציילט מען אז נאכען טיש פלעג די תו"ח זיך גיין צולייגן, און ער איז אויפגעשטאנען כדי צו קענען איבערליינען קרי"ש של ערבית נאכן זמן.

חוץ אויב ער האט זיך נוהג געווען ווי אונזער @ליטוואק פון בודאפעסט און געמאכט קידוש פאר כגוונא, וואס ליבי אומר לי אז די פלאם פון אזא צדיק האט עם נישט ערלויבט צו מפסיק זיין די דאווענען, דארף מען זעהן ווי אזוי אזא מעשה לייגט זיך אויפ'ן שכל. איז דען מציאות'דיג, צו זאגן מזמור שיר ליום השבת, ממשיך זיין מיט א חסידישען מעריב, ווינטשען גוט שבת פאר'ן ציבור בצהלת פנים, זינגען זמירות, די זון זאל אריינשיינן אין בעכער, עסען א סעודה, איינשלאפן פאר צאת, אן האבן מקבל שבת געווען פאר די פלג?

נאך אנאליזן די פיסיקס פון קאסוב אינדערהיים, שטעלט זיך אויס אז ער האט מקבל שבת געווען נאכ'ן פלג. די בית המדרש אין קאסוב האט דאך נישט געהאט קיין סקיילייטס, קומט דאך אויס אז די זון האט געשיינט פון די געהעריגע פענסטערס מן הצד. די מציאות איז אויב די זון שיינט אריין פון פענסטער דארף דאס זיין אויף א שיפע ענגעל אז ס'זאל קענען אריינשיינן פון פענסטער אין בעכער אריין, וואס דאס מיינט לכאורה אז די זון האט געהאלטן נאכ'ן פלג.

איי וועסטו פרעגען ווי אזוי קען מען אריינרוקן אזוי פול עבודת הקודש אין אזא קורצע טיים פרעים? נאר, פארשטייט זיך אליינס אז נישט אלעס דארף מען אליינס פארשטיין.

הללו עבדי השם וכו' ממזרח שמש עד מבואו...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3316 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron