זענען אונזערע אודיות, גאר זיבוריות?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

זענען אונזערע אודיות, גאר זיבוריות?!

שליחה דורך מנחם ציון »

זיץ איך מיר דעם מאצע על כסא רם ונשא, ארומגענומען כשתילי זיתים מיט טישוס, ווייפס, און עיר פרעשנער והמסתעף, און מ'הער מער קאלמע.
איך קלאפ אריין די נייע שמועס צווישן וועלוול שמעלצער מיט דרעזנער; צווישן א טייך מיט פלוידעריי, כאפט מיין אויער פויקל אויף דאס פאלגענדע.

וועלוול: לאמיך הערן דיינע דריי אינטערוויוס. (בעסטע 3 פון די וואך)

נאך קורצע וויצלערייען הין און צוריק זאגט דרעזנער: יעצט... איין אינטערוויא.. ס'געווען יענקי לעמער, די בארימטע זינגער און עמוד קינצלער, האט געגעבן זייער אן אינטערסאנטע שמועס, פון אן אודית מוצלת מאש, 101 יאר, וואס מ'האט איר סורפרייזט, די אייניקלעך.. זי ארבעט אין א גראסערי אין בארא פארק ווי זי שניידט ברויט, וואס איז געווען זייער אינטערסאנט…

וועלוול האקט איבער: א איד האט היינט מיר געפרעגט פארוואס די אינטערוויא איז אראפ?

דרעזנער: אה איך בין נישט באקאנט…. איך ווייס נאר אז ס'איז ארויף….

די שמועסט זעצט פאר איבער איר ערפארונג ביים קריצן די נומערן אין אוישוויץ, ווען וועלוול קומט צוריק צו דאס אויבערשטע: איך טראכט יעצט וועגן דעם פארוואס ס'איז מסתם אראפ ווייל…. ס'איז געווען א באזוך ביי אן אודית זאגסטו...נישט אן אוד…. רייט?

דרעזנער:אה….. יא….סאיז געווען אין א געשעפט, פארשטייט זיך איך געב נישט קיין הסכמה אויף דעי זאכן….

וועלוול: ניייייין...ס'גייט...מסתם קען זיין פאר דעים…. אפשר ס'האט נישט אזוי.. יא…. נעקסט…. נא…?

דרעזנער: קען זיין... קען זיין ס'האט נישט אזוי געפאסט…. יא….. איך גיי נישט אריין און די פרטים…..

די שמועסט ציט זיך נאך לאנג, אבער נישט פאר מיין איבערגעהיצטע געמיהט….

וואאאאס?! מען רעדט נישט דא פון ארויפברענגן אויפ'ן טעלעפאן אט די העלדישע באבע; וואס האט דורכגעמאכט א קריג פאר אירע קינדער, אייניקלעך, וכו'...און ביז די 101 זיצט זי אין געשעפט ביים ווינקל -אט די אומבאזינגענע העלדין -און שניידט ברויט פאר קונדן, רואיגע און גערעגטע…

מען רעדט סך הכל פון א ווארימהארציגע הפתעה וואס קינדער האבן צוגעגרייט פאר זייער ליבע מאמע, וואס אייניקלעך האבן פלאנירט פאר זייער קרוין..
די ערשיינונג איז ווארעם באריסט געווארן דורך יעדער וואס האט עס געזעהן, ווי א אידענע זינגט נאך די 101 משיח זאל שוין קומען, און מיט טרערן דערציילט זי אירע מיטמאכענישן.

קומט א איד וואס איז דערביי געווען, גיבט איבער א באריכט, אנע דעם וואס מען ברענגט ארויף א פרוי אויפ'ן ליין (וואס דאס פאר זיך איז אפן פאר דעבאטע אויב עס איז ריכטיג) און ביידע שטימען צו, אז עס קען זיין ווייל מען רעדט פון א פרוי, איז דאס גענוג קוואליפיצירט אראפצוגיין פון סיסטעם…..לאן הגענו….

רעדט מען פון איינעם ווי מיר און דיר?

מען רעדט דא פון לעבעדיגע קדושים שמסרו נפשם על קדושת ה', אידענעס וואס האבן געשוויצט און געאפערט זייער לעבנס פאר אונזער וואויל זיין..

אין לך כפיית טובה גדולה הימנו!

דאס ווערימל איז נישט פון היינט, הוא הדין פאר "די אידישע צייט" אויסגאבע, וועלכע באשרייבט "לעצטע עדות" וועכנטליך, קענען זיי טאקע נישט באשרייבן וואס פרויען זענען דורך אין די שואה?!?
לייג נישט קיין בילדער!! אבער א באשרייבונג דאס אויך נישט?!

מען איז פארנומען מיט די סטאטוע פארשוועכונגען וואס גייט פאר אין די איצטיגע טעג, האו אבאוט וואס קומט פאר ביינונז אין בעק יארד? אויף לעבעדיגע!! נישט טויטע שטיינער…..

האלטן מיר טאקע ביי אזא שוידערליכע צייט וואס אונזער "אודיות" מוצלות מאש זענען געווארן "זיבוריות"?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר