ווי אזוי מקען מקיים זיין ואהבת לרעך דא אין שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1633 מאל

ווי אזוי מקען מקיים זיין ואהבת לרעך דא אין שטיבל

שליחה דורך כרם זית »

זיצט זיך כרם זית'ל און ער טראכט זיך געדאנקן. געדאנקן איבער די נייע אוצר וואס ער האט אנטדעקט המכונה קאווע שטיבל, און ער וויל זיי מיטיילן מיט די אנדערע חברים אויכעט.
איך בין דא אין שטיבל קוים עפעס מער ווי צוויי מאנאטן, מאנאטן וועלכע האבן צוגעגעבן אסאך גייסטישע הנאה צו מיין נפש'ל. כאטש איך קען שוין קאווע שטיבל פון ביה''כ שטיבל אלס יונג בחור'ל, נאשענדיג וויי פיי פון גוטהארציגע שכנים... דאך איז אבער אינה דומה די עקספיריענס וואס מבאקומט פון זיין ממש א ''חלק''.

אויף ק''ש זענען פארהאן אלע מיני. פון שטארק חניוקיש, ביז גאר אויפגעקלערט. חסידיש און ליטאיש. עטליכע ד'זעניס, טייל וועלכע קענען בשום אופן נישט רעדן פון קליינליכע זאכן, און טייל וועלכע זענען זיך מצמצם און שרייבן יא, אפילו נישט אונטער מדע'דיגע אשכולות.
אבער לאמיר נישט פארגעסן. אונטער יעדע ניק איז פארהאן א מענטש אין ''ריעל לייף''. א מענטש מיט געפילן, וואס האט ליב ווען מבאנעמט זיך צו אים מענטשלעך. כרם זית, איז אויסער אן עץ השדה אויך אן אדם. ולא כרם זית בלבד, אלא בכל הניקים נאמרו.

וכלפי מה דברים אמורים?
דא וויל איך ארויסברענגען על נס עטליכע נקודות וועלכע האבן מיר געמאכט גוט שפירן, טייל פון זיי וועלכע איז לפע''ד א גרויסע קידוש ה' ווי מענטשן וואס קענען זיך נישט, און פלאנען זיך נישט צו קענען, העלפן ארויס עפעס אן אומבאקאנטן ניק. די סיבה וואס האט מיך געברענגט דאס אראפצושרייבן אויסער די חיוב פון הכרת הטוב, איז צווייפאכיג. איינס זאלן זיך אנדערע לערנען ווי אזוי מקען טון חסד דא אין שטיבל. און צווייטנס אז ווען עס וועט קומען די טאג און איך וועל שוין זיין א תושב דא זאל איך געדענקן כי גר היית בק''ש, על כן אנכי מצוך את הדבר הזה, זיי דו אויך מקרב די נייע ניקים אזוי ווי מהאט געטון צו דיר.

1] די ערשטע און גרינגסטע וועג א טובה צו טון א חבר דא אין שטיבל, איז דורכן פשוט'ן אומזינסטע ''לייק'' סיסטעם. יעדער וואס שרייבט נאר דא וויל נישט אז זיינע ווערטער זאלן פאלן אויף טויבע אויערן. ווען יא וואלט ער נישט גענומען די מי אפצוקלאפן זיינע מחשבות. איז אויב האסטו נישט קיין צייט צו רעאגירן צום הודעה, סיי צו ברענגן א ראיה סיי אפצופרעגן, דאן כאטש גיב אים א לייק ווי אים צוזאגן, ''איך זע דיין געדאנק''. און אפילו דו ביסט נישט איינשטומינג מיט אים קענסטו כאטש שרייבן א הודעה, ''איך בין נישט אינגאנצן מודה צו וואס דו שרייבסט, דו לייק איז אבער פאר דיין ארבעט'', ווי כהאב שוין געזען בעבר חברים וואס טוען אזוי.

2] דורך אויס די צייט וואס איך דריי מיך דא, האב איך שוין זוכה געווען צו געניסן הילף פון אסאך אלט געזעצנע ניקים, סתם ווייל דרך הטוב להיטב. די ערשטע מעשה וואס איז לכאורה באקאנט פאר עטליכע דא, איז ווען איך האב געזיכט עפעס א פארלוירנע מאווי. די אמת איז אז ווען איך האב געטראכט זיך צו ווענדן צום ברייטן ציבור בין איך געווען היפש סקעפטיש צי איינער וועט בכלל אנגיין מיין ניייגער. אבער מי כעמך ישראל. כאפט'ס נאר א בליק צו זען וויפיל האבן זיך אנגעריפן אין די ''זיך אקציע''.
(מקען אפשר צולייגן דאס וואס מזאגט נאך פונעם קאצקער רבי. די איינציגסטע מאל וואס די תורה באטיטלט איינעם אלס ''רעהו'', איז עס ביי חירה העידלמי. פארוואס דוקא אים? ווייל ווען יהודה האט אים פארציילט אז זיין שטעקן וכו' איז געבליבן ביי עפעס א קדשה, האט ער אים נישט גענומען אויסמוסרן אדער פרעגן דעטאלן, נאר געטון צו די זאך צו זען צי ער קען צוריקבאקומען די חפצים. אף כאן כאטש סקען זיין אז סהאט פארדראסן פאר עטליכע חברים אז איך זוך א סעקולארע מאווי, האבן זיי נישט געפרעגט קיין קשיות אדער געפראוועט קנאות, נאר מיר געהאלפן מיטן זיך אקציע.)

3] אזוי אויך ווען איך האב ארויפגעשטעלט ביי די אשכול איבער די הסכמה פונעם חוזה מלובלין אויפן ספר ליקוטי מוהר''ן, אז אזוי ווי איך האב געזען פרופסור דוד אסף נאכברענגן פון א ספר "מחקרים בחסידות ברסלב" בנוגע די הסכמות, וואלט איך געוואלט וויסן צי איינער פון די ניקים קענען מיר העלפן דערמיט. מיטאמאל קומט אין מיין פאסט קעסטל אריינצושווימען א הודעה פון [tag]ריכטיג[/tag] מיט א לינק צום אויבנדערמאנטן ספר.

4] און יא, ווען [tag]כוכב[/tag] האט מיך אויסגערעכנט מיט אזאנע שיינע טיטלן האט ער זיכער מקיים געווען ואהבת אויפן שענסטן פארנעם. אויף אזוי ווייט אז איך האב ציטירט זיינע רייד אלס מיין אונטערשריפט, נישט אזוי ווייט אלס גאוה, נאר צוהאלטן פאר די אויגן וואס אנדערע האלטן אויף מיר און חלילה נישט פארשמירן די כתר שם טוב.

דאס אלעס וואס איך האב געשריבן, איז נאר עטליכע פון די הילף אין טיפס וואס איך האב דא באקומען, (צומביישפיל, איינער פון די חשובע ניקס מיר אויסגעלערנט אין אישי ווי אזוי מפינטלט וועֶרטעֶר). די עיקר ציל פון מיין שרייבן איז לעורר ווי אזוי קליינע טאטן קענען אזויפיל אויסמאכן, המות והחיים ביד הלשון.
א גרויסע יישר כח קאווע שטיבל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר