ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:59 am

דער נושא עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט זעהענדיג דער מודעה האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן.

ובכן איך קען נישט דעם נייעם ארגאניאציע און איי וויש דעם פעללאו אול גוד לאק אבער ביודעי ווייס איך אז מעדיקל ריפערל איז א גוט ביזנעס און נישט סתם א ביזנעס נאר גראב געלט איז אינוואלווד, סאו פליז עס איז שוין צייט אויפצוהערן רייטן אויפן עולם ווילסט עפענן א בחורים ריפערל ביזנעס צו א מעדיקל ריפערל ביזנעס געזונטערהייט אבער ביטע פארמאסקיר עס נישט אלץ א צדקה ארגאניזאציע (איך רעד שוין נישט פון די געלט וואס מען שטאפט זיך אן פון סאבסידיעס פונעם פעטער וואס רוב דערפון גייט אריין אין טאש און קומט נישט אן צום ציל ווי עס דארף כידוע) און זיכער האב נישט די חוצפה נאך צו קאלעקטן צדקה געלט דערפאר.

עס דערמאנט מיר, אפאר יאר צוריק האט יעדע ביזנעס אין א"י באקומען דעם צונאמן 'החסד' עס זענען געווען מכולת החסד, מאפיית החסד, נסיעות החסד, מוניות החסד, בגדים החסד וכו. שפעטער ווען דער עולם האט געכאפט אז די אלע 'חסדים' זענן געהעריגע ביזנעסער האט מען געטוישט צו 'גמ"ח' און אזוי האלט עס אן אז אין יעדע בנין אין די היימישע געגענטר אין א"י איז דא לפחות צוויי ביזנעסער בשם גמ"ח. מכירת בגדים גמ"ח, נאטוראלע היילונגען גמ"ח, טיש/בעט דינגן גמ"ח, סוכה אויפשטעלן גמ"ח, פלאמבער/עלעקטרישן גמ"ח, וכו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איך אויך אום מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך גדעון » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:12 pm

מתעסקים, משביע ועוד
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:03 pm

גדעון האט געשריבן:מתעסקים, משביע ועוד


ביקור חולים ד'בארא פארק
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:09 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:12 pm

איך אויך האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?

בלית ברירה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:00 pm

אבותינו
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:09 pm

יא איך ווינדער מיך ווען עס וועט זיין אז איינער וועט אויפשטיין און אראפרייסן דעם פאלשע מאסקע פון אבותינו, זייערע ארבעטערס זענן בפשטות איינע פון די העכסטע פארדינערס אין אונגארן-ראמעניע-אוקרייניע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:36 pm

איך אויך האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?


גראדע נישט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:37 pm

איך אויך האט געשריבן:יא איך ווינדער מיך ווען עס וועט זיין אז איינער וועט אויפשטיין און אראפרייסן דעם פאלשע מאסקע פון אבותינו, זייערע ארבעטערס זענן בפשטות איינע פון די העכסטע פארדינערס אין אונגארן-ראמעניע-אוקרייניע.


זיי טוען אבער יא אויף. אדרבה פרעג זיך נאך, ווען מען גיט זיי א ארבעט ווייסטו אז עס וועט זיין א גוטע ארבעט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:40 pm

זיכער פאר א העפטיגע פרייז יעדע ריר און יעדע בילד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך Shmilly » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:22 pm

די אשכול דערמאנט מיך פון די שמוץ וואס חסד של אמת פלעגט ווארפען אויף מתעסקים
Shmilly
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:45 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:44 pm

יעדע חסד ארגנעזעישען האט ארבייטערס אין מנהלים ואס מאכען געלט דערפין כמיין זיי דארפען דאך לעבען = נישט אזוי? פארואס דארפען זיי ארבייטעם לשם מצוה? זאלען זיי אראפנעמען א שיינעם וועיזש און אויך מאכען געלט פאר דע מצוה

דרור נעמען אויכ 5 יודען ארויס פרנסה כזעה נישט ואס איז ראנג דערמיט
זיי האבען געמאכט א דינער אין בורא פארק ביי שומר שבת אין האלב איז אראפגעגאנגען פאר זייער ארגנעזעישען = ליין פאר דע 5 יונגעלייט
פין מיין זייט איז עס נישט שלעכט דעס איז זייער פרנסה אין זיי העלעפן יודען סאו וואט?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:59 pm

וואס איז דאס דרור?

כ'וועל דיר מסביר זיין א כלל גדול, אוודאי דארפן די ארבעטערס אהיים ברענגן לחם לפי הטף (א ר' דוד ליב שווארץ צו א ר' זלמן אשכנזי זצ"ל מאכן זיך נאר איינמאל אין דור) אבער דא שטעקט דער נפק"מ וויל יענער טוהן חסד בכול מאודו איי מען דארף דאך לעבן נעמט מען א וועיג צו וויל ער האבן א פיינע באקוועמע אפיס א אויסגעצאלטע קאר טרעוול בענעפיטס כח השליטה כבוד ועוד איי מען דארף דאך דאס אלעס פון ערגעץ פראדוצירן עפענט מען אויף עפעס א צדקה ארגאניזאציע און מען לעבט א יום שכולו שבת.

ואגב צומאל הייבט זיך עס אן בזעיר אנפין און מען מיינט עס ערנסט נאר ווען די זאך וואקסט און מען ווערט צוגעוואוינט צו די אלע מנעמי החיים איז זייער שווער זיך אפצוגעוויינן פון זיי, למשל איך מיין ווען אבותינו איז נתייסד געווארן האט מען עס געמיינט ערנסט אבער וראו כי טוב און היינט איז עס א פאלקאמע ביזנעס, וואס פאר זיך אליינס וואלט עס געווען פערפעקטלי אוקי ער מעג האבן א ביה"ח מענעדמענט ביזנעס אבער דאס זיך אהערשטעלן ווי א צדקה אורגאניזציע דאס איז די עוולה וכן מיט אסאך אנדערע צדקה ביזנעסער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך Espresso » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:09 pm

נישט אמת, ס'דא ארגענעזאציעס וואס קיינער מאכט דערפון נישט קיין פעני און די מענטשען וואס ארבעטען אין דעם טוען עס בלויז לשם מצוה, כמעט נישט, אבער ס'איז דא. אבער ביי די וואס נעמען יא א געהאלט איז א גרויסע חילוק ציווישן די וואס מאכן אויף צום לעבען און די וואס האבן רייכע הייזער פאר זיך און פאר אלע קינדער, דרייווען די שענסטע קאר'ס און מאכ'ן א לעבען אויפן ציבור'ס חשבון.
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך zurich » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:06 pm

ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! :lol:
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:17 pm

די צוויי ריזן אין דעם זענען לכאורה חי לייפליין און אורה. אויף הצלה זענען דא מחלוקת הפוסקים.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך גדעון » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:45 pm

zurich האט געשריבן:ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! :lol:

פונקט היינט געזעהן אויף טוויטער: Breaking! Kolel chatzois subscribed at tehilim koilel for hatzluche to get more customers...
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:00 am

גדעון האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! :lol:

פונקט היינט געזעהן אויף טוויטער: Breaking! Kolel chatzois subscribed at tehilim koilel for hatzluche to get more customers...

That's a good one!!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:23 am

איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלונטירן, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמועס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסן, וויפיל נעמסטו ארויס א יאר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגן, און זאגט איהם, איטס נאן אוו יאר ביזנעס,

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידזשעס ווען מענטשן מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:38 am

איך ווייס נישט וואס עטס האטס טענות דו האלסט אז מענטשן דארפן ארבעטן לשם מצווה??
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך דבילה » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:41 am

און קאווע שטיבל איז עפעס אוועקצומאכן? זעט נישט אויס ווי איינער פארדינט דא דא האלצערנעם ניקעל, און די מנהלים און אחראים לייגען אריין אזויפיל כח און צייט!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

הודעהדורך טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:02 am

משכיל האט געשריבן:איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלענטירען, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמוס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסען וויפיל נעמסטו ארויס א יאהר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגען און זאגט איהם עטס נאן אוו יאר ביזנעס,י

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידשעס ווען מענטשען מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?י

פארוואס זאל די גרינדער פין די ארגעניזאציע נישט אויפנעמען א טייער באצאלטע פאנדרעזער וואס וועט אריינברענגען שווערע געלטער אין די וואוילטעטיגע ארגעניזאציע?
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך שלמה_דיין » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 2:04 am

משכיל האט געשריבן:איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלענטירען, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמוס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסען וויפיל נעמסטו ארויס א יאהר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגען און זאגט איהם עטס נאן אוו יאר ביזנעס,י

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידשעס ווען מענטשען מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?י


אויב די בעלעבתים פון די צדקה מאכן א רושם כאילו ס'איז א ריינע צדקה בשעת וואס די אנפירערס פארדינען העפטיגע סעלעריס, גייט מען לכאורה דא אריין אין א שאלה פון גניבה אדער עכ"פ גניבת דעת.

א סך פון די צדקות זענען עמטליך אזוי אוועקגעשטעלט אז די אנפירערס פארדינען ווי ס'דארף צו זיין בשעת זייער עיקר ארבעט איז צו טרעפן סאקערס וואס זאלן וואלונטירן. א דוגמא אויף דעם איז חי לייפליין און ביקור חולים. זיי מאכן בכלל נישט דעם אנשטעל כאילו עס איז כולו לשם שמים. ביי די סארט ארגאניזאציעס קען מען דן זיין וויפוהל זיי טוהן באמת אויף, אבער פון דער פראבלעם פון גניבה האבן זיי זיך לכאורה ארויסגעדרייט.

מתעסקים, ילד וילדה און נאך זענען בכלל נישט אין די פאנד רעיזינג ביזנעס פון דעם עולם. זיי זענען לכתחלה אוועקגעשטעלט אלץ קאראפטירטע ארגאניזאציעס וואס זיכן וויאזוי ארויס צו נאגן נאך א דאלער פון דעם פעטער און בעטן זיך ביים עולם צו קוקען אויף די אנדערע זייט. די ארגאניזאציעס זענען די ריכטיגע פוסעים על ראשי עם קודש וואס ברענען אויס געלט וואס קומט זיך פאר דעם ציבור און מאכן א ריזיגע חילול השם אויף די וועג. מי יתן ואבער קוצים אלו מן הכרם.

אן ארגאניזעשען וואס איז אין דעם געביט ארויסגערופן געווארן לשבח דורך פרעזידענט בוש איז נישט קיין צווייטע נאר די אידישע (נישט חרד'ישע) מעט קאונסיל.
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:05 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:45 am

אז מתעסקים בעט נישט קיין דאלער פון קיינעם, און כמעט יעדע משפחה וואס איז שוין געזעצן שבעה ה"י האבן שוין נהנה געווען פון זיי, פארוואס בייזערסטו זיך אזוי אזש דו רופסט עס אן "יבער קוצים מן הכרם"?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 9:49 am

שמעקעדיג האט געשריבן:אז מתעסקים בעט נישט קיין דאלער פון קיינעם, און כמעט יעדע משפחה וואס איז שוין געזעצן שבעה ה"י האבן שוין נהנה געווען פון זיי, פארוואס בייזערסטו זיך אזוי אזש דו רופסט עס אן "יבער קוצים מן הכרם"?

איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס, אבער זיי נעמען יא צוזאם געלט. אויב ביסטו אדער איינער אין דיין משפחה געזעסען שבעה, וועסטו וויסן אז זיי בעטן געלט. וואס באדערט מיר איז אז די "דוירטי ווארק" ווי צוזאם נעמען געלט, קויפן און סטארעדזשן די בענקלעך, דעליווערן די בענקלעך וכו' לאזן זיי כמעט אלעס פאר וואלונטירן. די געלט חלק וואס זיי באקומען פון די שטאט, וואס מיט דעם וואלטן זיי ווען געדארפט צוצושטעלן געוויסע סערוויסעס, גייט נישט פאר די סערוויסעס. איך זאג נישט, למעשה קומט פון די גניבה ארויס א טובת הנאה דערפון פארן ציבור, אבער דאך וואלט איך ווען געוואלט זען מער טרענספעריסי.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט