ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך גלות יוד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:51 pm

מיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:00 pm

גלות יוד האט געשריבן:מיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.

דעיס איז נישט אזוי געפערליך, קליינע קינדער גייען ארום אין שיל פלעין מיט די הענט נאך געלט פארוואס זאלען זיי נישט האבען א פושקה? אין מיינע צייטען אויב א אינגעל האט נישט געהאט א פישקע וואס איז געשטאנען דערויף פארוועים דו געלט גייט האט אים קיינער נישט געגעבען קיין געלט היינט פראבור נאר צו פרעגען א אינגעל פארוועים ער גייט נאך געלט ביסט שוין א קארגער..... וכו' אלע שיינע טיטלען
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך גלות יוד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:06 pm

ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:08 pm

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

ממך ילמדו וכן יעשו.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:57 pm

איך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י

דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:05 pm

ווי גייט נאר די מעשה?
א איד פלעגט אלע יארן געבן פאר א משולח $1,000.
איין יאר קומט יענער נאכאמאל און דער איד געט אים $990 .
פרעגט אים דער משולח "וואס איז געשעהן? ביזסט א יורד? די צעהנער וועט דיך אויסמאכן?"
זאגט אים דער עושר: "איך בין געווען אין אר"י און כ'האב מיך נאכגעפרעגט און קיינער האט פון אזא מוסד נישט געוואוסט צו זאגן, איך וואלט געזאגט אז ס'עקזעסטירט בכלל נישט!"
דער משולח ווערט רויט און פרעגט אזוי פארשעמטערהייט: "נא פארוואס געסטו מיר יא די 990?"
זאגט דער עושר, דיין אפיציעלע קאמישען וויל איך דיר נישט אוועקנעמען..."

די מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:40 pm

שעפטל האט געשריבן:די מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...


בעיסד אן עי טרו דזשאוק, כצ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:21 pm

משכיל האט געשריבן:איך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י

דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט

די מעשה גייט נאך ווייטער. די שיינע ווילא און לוקסוס אויטא מיט וועלכן ער פארט ארום וועלכע ער האט פארדינט מיגיע כפיו (שנארן ביי די אמעריקאנער סאקערס). פון דעם רעדט מען נישט. מעשה שהי'. אין אייראפע פאר די וועלט מלחמה. א אידל איז ארומגעגאנגען שנארן "פאר אן אלמנה מיט יתומים" ביז איינער האט איהם געפרעגט ווער זענען זיי. האט ער געענטפערט "מיין ווייב און קינדער" ווען מען האט איהם פארגעהאלטן אז ער איז א שווינדלער האט ער געענטפערט "וואס אהרט דיך אז איך לעב?"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:34 pm

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל


ווען איך זעה א אינגל ארום גיין אן קיים שום צעטל, שטעל איך עס אויף די חזקה אז ער נעמט דאס געלט פאר זיך, און איך גיב אים א קוואדער, אדער א דיים, אזויפיל קען איך באשטיין צו געבן פארן אינגל פערזענליך. אויב גייט ער שוין פאר א מוסד, דארף איך מחליט זיין צו איך וויל געבן פאר דעם מוסד, אבער פאר דעם אינגל אליינס, פארוואס נישט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך גוטזאגער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:55 am

רבותי לאמיר נישט ווערן פארפירט, די בעסטע מיטל צו אנהעצן מענטשן איז אז מען העצט, דו ווייסט, יענער מאכט מעלאנעס, דער קנאי פון לאנדאן וואס איז א קנאי פון געפיל אויס האט געשריבן אז דער פראבלעם פון חינוך העצמאי איז אז די אנשי האגודה שטאפן זיך אן מיט די געלטער פון די רעגירונג, אויך ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבען אלע העצערס געהעצט, מען מאכט מיליאנען, מען נוצט עס נישט פאר די קראנקע קינדער, בלא בלא בלא. איך מיין דער עולם דארף אויסהערן דשיגאן וויאזוי ער רעדט זיך אפ אז זיינע חברים זענען אים מקנא און עס קומט צו לאכן ווייל דאס איז די פשוט'ע מציאות וואס פראסקעט אין פנים.

טייערע ניקס, לאמיר זיך פארגינען איינער דעם צווייטען ( אפי א לייק...) יענער האט א שיינע קאר? ער האט געארבעט דערפאר און עס כשר פארדינט, און אפי' דו געפינסט אדער טרעפט א גרויסע מציאה נוץ עס געזונטערהייט! און עס טאר דיר נישט באדערן פ"וו יענער זיצט ביים שיסל און רוקט אריין סחורה, דו וואלסט נישט בעסער געווען, ווייל יעדער איינער ווייסט אז א קעכער וואס איז ביים שיסל איז פעט, און געווענליך ווען איינער האט טענות אז איינער פאקט זיך אן מיט די גרינע און ליארעמעט איבער די שרעקליכע גניבות און אז ס'איז על חשבון הציבור איז זיין טענה הלמאי ער זיצט נישט ביים שיסל, און עס גייט אים גאנץ ווינציג אן די גניבות.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:15 pm

גוטזאגער, אפשר געווענליך זאגסטו גוט, אבער נישט דאס מאל. ווען איינער שאפט געלט פאר צדקה, ווייל ער האט צו דעם א געפיהל, ווייל ער האט רחמנות אויף יענעם, ווייל ער וויל טוהן דעם רצון ה', און ער טוט עס באמת ובאמונה, און ער נעמט אויך פאר זיך אראפ, אפילו ער נעמט א שיינעם פארציע, פיל איך אז עס קומט אים געזונטערהייט. אבער ווען א מענטש וויל האבן אסאך געלט, און דעריבער הייבט ער אן שנארן אויף תולה ארץ, און די גאנצע וועלט איז אים שולדיג, און ער טרעפט שוין דארט עפעס א סיבה אדער צוועק פארוואס און פארוועמען צו שאפן געלט, און דער סוף פסוק איז אז אכציג פראצענט געלט גייט פאר אים אין טאש און אביסעלע טיילט ער פאר צדקה אויך, ווייל ער מוז דאך האבן וואס צו ווייזן, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

און עס האט נישט צו טאהן מיט נישט פארגינען. איך האלט עס איז גניבה, אונאת דברים און פלעין פשוט נישט אויסגעהאלטן. און איך וויל פאר אזא זאך נישט געבן קיין פרוטה. איך גיב ענדערש דעם פרענק שנארער וועלכער קומט פאר הכנאסאט קאלא, אדער דעם ירושלים'ער איד וועלכער גייט פאר א שווערער מאצאוו, אדער פאר דעם קליינעם אינגל וועלכער לויפט ארום אין שוהל נאך געלט אן קיין צעטל, און נעמט דערנאך די פאר קאוודערס און קויפט א סאדע אדער דעניש אין ווענדינג מאשין.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:43 pm

נאך א פוינט, גוטזאגער.
האסט געזען איינעם זיך אפרעדן אז יענער מאכט געלט? האט איינער געהאט טענות אויף איינער וואס האט א לעגאטימע ביזנעס און מאכט א מאיאנטעק?
די אישו וואס דר'עולם האט דא איז אז יענער קומט וויינען מיט קראראדיל טרערן וועגן זיין וויכטיגע צוועק בשעת ער זיצט על סיר הבשר, ער איז א בנין אב -בויעט הייזער - פאר אלע זיינע קינדער און לעבט א רייכע לעבן אויפן חשבון פונעם עולם'ס רחמנות געפיעלן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך היימישער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:55 pm

געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:19 am

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:24 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? :lol:


הוא אשר דיברתי...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 07, 2012 3:38 am

היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר

און ביקור חולים דב"פ ווייסט מען יא? חוץ די קאלירפולע בראשורן מיט די פיקטשערס פון אפיסעס מיט פיילינג קעבינעטס גארנישט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך קלאר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:34 pm

כ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:23 pm

היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר

און אהערצושטעלן די טשיז בלינצעס קאסט נישט קיין געלט? דו האסט נישט געהערט אז די פרייז פון טשיז איז לעצטנס גאר שטארק ארויף? די סיבה איז צווייפאכיג. איינס, ווייל פאר האריקעין סענדי איז געווען א טריקעניש , דראו"ט בלע"ז און מ'האט געדארפט קויפן ארטיפישל גראז פאר די קוען. אוון נאכ'ן האריקעין האט מען נישט געקענט צו קומען צו דעליווערן די גראז.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:58 pm

מ'דארף איין זאך וויסן, ווילאנג דער עולם האט הנאה גיט קיינעם נישט אן אז מ'מאכט געלט. איינמאל דער עולם איז נישט נהנה, אדער זיי בלאקן א צווייטן זענען זיי קרימינאלן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך יצמחפרקני » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:12 pm

שבת של סיגעיט!?
יצמחפרקני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:26 am

דאס גייט לכאורה פאר די מייזעלס משפחה.
זיי זענען אויך ענטייטעלט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:30 pm

קלאר האט געשריבן:כ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג


http://www.jdn.co.il/news/148066
ר' יחזקאל ראטה איז געקומען קיין וומ''ס קלאפען מזיזות
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:06 pm

גלות איד, איך ווייס נישט אין וועלכע גלות שול דו דאווענסט אז ס'דרייען זיך דארטן אזויפיל אנאנימע פושקעס, אין דעם שול ווי איך דאוון קען איך די מוסדות פון אלע פושקעס וואס גייען ארום, און אויב מאכט זיך אמאל א פושקע וואס איך קען נישט, נעם איך א היי ריסק פון א קוואדער, און איך בין מקיים דעם אין בודקין אחר מזונות.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נס קאווע » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:28 pm

יצמחפרקני האט געשריבן:שבת של סיגעיט!?

וואס פאלט דיר ביי אז די תושבים (וואס האבן געהאט גרויס שאדן) באקומען נישט?
גראדע האבעך געהערט פון איינעם וואס וואוינט דארט אז זיי העלפן ארויס צוריק צו שטעלן לעקטער און סטים וואס מ' דארף איבער מאכן אין זייער אסאך הייזער אדער איבעראל
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:30 pm

א מין משוגעת צו וועבן קאנספיראציע-טעאריעס אויף צדקה-צוועקן סתם אין הוילן חלל אריין. סיגעיטער אידן האבן געליטן מאסיווע שאדנס, און ביז ווילאנג איינער האט נישט קיין קראנטע באווייזן אז עס איז פאראן א לאך אין דער קאסע פארוואס זאל מען קאלט מאכן דעם צוועק?!
(אדמיטעדלי, איך בין בייעסד, ווייל איך האב מיך באטייליגט אין דעם צוועק.)
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3742 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט