בלאט 1 פון 1

ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:59 am
דורך איך אויך
דער נושא עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט זעהענדיג דער מודעה האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן.

ובכן איך קען נישט דעם נייעם ארגאניאציע און איי וויש דעם פעללאו אול גוד לאק אבער ביודעי ווייס איך אז מעדיקל ריפערל איז א גוט ביזנעס און נישט סתם א ביזנעס נאר גראב געלט איז אינוואלווד, סאו פליז עס איז שוין צייט אויפצוהערן רייטן אויפן עולם ווילסט עפענן א בחורים ריפערל ביזנעס צו א מעדיקל ריפערל ביזנעס געזונטערהייט אבער ביטע פארמאסקיר עס נישט אלץ א צדקה ארגאניזאציע (איך רעד שוין נישט פון די געלט וואס מען שטאפט זיך אן פון סאבסידיעס פונעם פעטער וואס רוב דערפון גייט אריין אין טאש און קומט נישט אן צום ציל ווי עס דארף כידוע) און זיכער האב נישט די חוצפה נאך צו קאלעקטן צדקה געלט דערפאר.

עס דערמאנט מיר, אפאר יאר צוריק האט יעדע ביזנעס אין א"י באקומען דעם צונאמן 'החסד' עס זענען געווען מכולת החסד, מאפיית החסד, נסיעות החסד, מוניות החסד, בגדים החסד וכו. שפעטער ווען דער עולם האט געכאפט אז די אלע 'חסדים' זענן געהעריגע ביזנעסער האט מען געטוישט צו 'גמ"ח' און אזוי האלט עס אן אז אין יעדע בנין אין די היימישע געגענטר אין א"י איז דא לפחות צוויי ביזנעסער בשם גמ"ח. מכירת בגדים גמ"ח, נאטוראלע היילונגען גמ"ח, טיש/בעט דינגן גמ"ח, סוכה אויפשטעלן גמ"ח, פלאמבער/עלעקטרישן גמ"ח, וכו.