דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים יא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיינונגזאגער

דארף מען נאך אלץ אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג-אידן נישט גוים יא?

שליחה דורך מיינונגזאגער »

והסיר יהוה ממך כל חלי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שנאיך.

דאס איז פונקליך וואס שפילט זיך אפ און אינזערע טעג,

גיווען א תקופה וואס קראנא האט געבוזשיוויט און אונזערע גאסן, און האט ליידער אנגעברענגט א חרבן זיי פיזיש און סיי גייסטיש, ס'האט ליידער אפגעקאסט אסאך קרבנות, און ברוך השם ס'איז שוין פאראיבער בקרב מחנינו, און מ'הערט שוין נישט קיין נייע פעלער און אונזערע גאסן, און אונזערע לעבן גייט צירוק צי נארמאל און אלעס וואס ליגט אויף אונז איז צי האפן אויף א נחמה בישועת השם אויף דער ביטערע פארלוסטן וואס כלל ישראל האט פארלוירן, און אינז זענען מיר שטארק פארזיכערט און די רבוש"ע, אז ער ווער ערפילן וואס ער האט אונז ציגעזאגט על ידי דוד משחינו אז ס'גייט זיין אז ימלא שחוק פינו בשיבת ציון ולשונינו רנה, און דאס דערהויבנקייט און שמחה וועט זיך שפירן און אלע ביינער בב"א,

אבער לאמיר נישט פארגעסן אז א חלק פון די מחלה איז גיווען אז מענטשן האבן פשוט פארלוירן די שכל און אט די דאזיגע תקופה פון חודש ניסן, מענטשן זענען פשוט אראפ פון זינען, און ס'האט גענומען גאנצעטע וואכן און חדשים פאר מענטשן צירוק ציקומען צי גראדן גלייכגעוויכט, אבער ברוך השם היינט מ'קומט אריין און ביהמ"ד דערזעט זיך נישט קיין שפיר פון די קראנא, יונגע, אלטע, מענטשן מיט קאנדישענ'ס, מענטשן אן קאנדישענ'ס, אלע שטיפן זיך קישן דעם זעלבן ספר תורה, אלער גריבלן אריין זייערע פינגער'ס און די זאפטיגע מארבל קעיק, אז איינע איז דעספרעט פאר א גלעזל ברוינפן און ס'שויניש דא א ריינע ווער ער טרינקען פון זיין חבר'ס גלעזל אהן קיין פחד, זאכן וואס א וואך פאר פסח האט מען זיך נישט גיקענט פארשטעלן אז מ'וועט זיך עס נאך אמאל ערלויבן צי טוהן, פשוט און קראנט וואס די פסוק זאגט אונז *והסיר ה' כל חלי וכל מדוי,*

אבער וואקענדיג ארייין און די גוי'שע גאס, זעה איך די עולם גייט מיט מאסקעס, מ'פארלאנגט סאושאל דיסטענס'ס, דאס איז וואס די פסוק איז ממשיך, *ונתנם בכל שנאיך* , אלע שונאי ישראל זענען נאך אלץ און דעם זינלאזע פחד, גייען נאך די אלע גיידליינ'ס כצאן לטבח, וואו אימער זיי גייען, האבן זיי די מאסקע, אזוי וואו זיי פלעגן לאכן פון אונז, פון אונזער בארד און פיאות, לאכן אונז היינט פון זיי פון זייערע מאסקעס, בהימות אקסן וואס זיי זענען, וואו אימער זיי זענען, שפירן זיי וואו אן אסקיפה הנדרסת צי אינפארסירן די סאושאל דיסטינס אנווייזונגען,

פארוואס זאג איך דאס ווייל אריין קומענדיג און מיין אפיס היינט ציפרי זעה איך וואו איינע פון די שונאי הדת ארבעטער האבן אנגעדרייט צי אנקלעבן די ערד מיט בלויע טעיפ צי אינדיקעיטן סאשאול דיסטינס, *עטס הערט'ס!!!* ביי מיר און אפיס וואס איז 2,880 סקווער פיס גרויס, און דארט ארבעטען 20 מענטשן, דארף מען אנדיקעטן ספאט'ס פאר סאושאל דיסטענס אויב עס אינפארמירט זיך ליין צי ניצן די טוילעט, ווען כ'האב עס גיזען האב איך גימייענט איך פלאץ, א מין אנשיקעניש, אבער נאך אביסל התבוננות מיט א ציגערעטל, האב איך געקלערט אז דאס מייענט טאקע די פסוק, ונתנם בכל שנאיך,

לאמיר אלע דאנקען די רבוש"ע אז מיר זענען בעלי דעת, מאמינים בני מאמינים, וואס האבן א תורה און וויסן וואו אזוי זיך צי פירן, און די גוים (און אפילי יודן וואס נישט בני תורה) ווייסן פשוט נישט פון עפעס אנדערש און פירן זיך וואו זינלאזע בהמות, נאכן פארלירן זייער גלייכגעוויכט טאקע ביי קראנא.......


Sent from my iPhone using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר