קאך_לעפל האט געשריבן:עס ווערט דערציילט אז דער לעגענדארער ראש הקהל אין סאטמאר ר' סענדער דייטש ע''ה, האט אמאל געהערט ווי א יונגערמאן שטייט אין א קיפקע און זאגט איך טראכט אזוי און אזוי... ר' סענדער האט אים באלד אראפגעשמירט א זאפטיגער פראסק אויפן באק. יונגערמאן, סטייטש? וואס הייסט דו טראכסט? איך טראכט שוין פאר יעדעם איינעם, דו טוה בלויז וואס מען הייסט דיר! בבחינת שלמה שיק אהיים די קעלבלך...
א זיסע מעשה, וואס מ'דארף גלייבן אז עס וואלט געקענט זיין אמת...
קאך_לעפל האט געשריבן:א נייעס באריכטער האט זיך ארום געדרייט אין די קארידארן פון א פרעסטיזשפולער אוניווערסיטעט, און ער האט פארגעלייגט פאר די ארטיגע סטודענטן פאליטישע שטעלונגן פון פרעזידענט טראמפ, אבער אין נאמען פון יוסל ביידן. צו זיין גרויס וואונדער האבן די דומע סטודענטן עס גאר שטארק אויסגעלויבט. און ווען דער באריכטער האט זיי אנטפלעקט אז די שטעלונגן זענען ווירקליך פון פרעזידענט טראמפ, זענען די סטודענטן שאקירט געווארן ביז גאר.
די דאזיגע עפיזאד לערנט אונז א סאך.
מיר געפונען דאס זעלבע אין חז"ל אז געוואנדן לויט ווער עס האט געזאגט א הלכה אדער דעה אזוי האט מען עס מקבל געווען. צב"ש אין מס' שבת, "אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' ירמיה ולא קיבלה, כי אתא רבין אמרוה רבנן קמיה דאביי משמיה דר' יוחנן וקיבלה." דאס מיינט נישט דווקא אז די מענטשן זענען שוטים, נאר אז ס'איז כמעט אוממעגליך פאר א מענטש צו קלאר אפשאצן יעדע מיינונג אין יעדער צייט. ער מוז צוריקגיין צו דעם טראכטן-סיסטעם וואס ער האט שוין פריער אויפגעבויט און פרובירן אנהענגען די נייע מיינונג מיט יענעם סיסטעם. אז א מענטש שטיצט דזשאו ביידען, האט ער שוין אויסגעבויט א מהלך המחשבה וואס זאגט אים אז ביידען איז געווענליך גערעכט מיט זיינע שטעלונגען, גייט ער נישט פריש עוועלועיטן יעדע שטעלונג פון ביידען יעדעס מאל וואס עמיצער פרעגט אים עפעס. דאס זעלבע מיט א טראמפ שטיצער. אדער אן אהרוני.
אז כ'זאל נעמען עפעס א שיינע לערע פונעם ברית החדשה, און דיר זאגן אז ס'איז א חתם סופר, וועסטו דען נישט זאגן אז ס'איז א "הערליכער חתם סופר"?
ווי ווייט מ'קען דאס נעמען ווענדט זיך אין די אינטעלעקטועלע מעגליכקייט פון א מענטש, און זיינע ידיעות. מיט געוויסע וועט עס ווייניג ארבעטן, און מיט געוויסע וועט עס אסאך ארבעטן. רוב מענטשן פאלן אריין ערגעץ אינצווישן.