לב טהור - איבערבעטן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

לב טהור - איבערבעטן!

הודעהדורך חכמת שלמה » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:10 pm

אין הלכה ווערט געברענגט, און אזוי אויך אין ספרי יראה ומוסר, אז ראש-השנה איידער מען גייט צום יום הדין, בעט מען זיך איבער איינער מיטן אנדערן. אזוי איז אויך איינגעפירט צווישן אידן, אז אויב מען שפירט אז מען האט איינעם פוגע געווען, בעט מען זיך איבער און מען פראבירט צוצוגיין צו די הייליגע טעג מיט רואיגע געפילן בענין בין אדם לחבירו.

ס'איז א צייט יעצט צו מאכן א חשבון הנפש!

למען האמת, מענטשן בעטן זיך טאקע איבער, אבער אין אסאך פעלער, ביי מענטשן וואס מען האט באמת בא'עולה'עט און שטארק וויי געטון, אויף אן אופן אז עס איז שווער זיך אוועקצוזעצן און זיך באטראכטן, וועט דער מענטש זיך אליין פאפן און טראכטן אז ער האט באמת גארנישט געטון, אדער אז יענעם האט מען געמעגט און זאגאר געדארפט מצער זיין. עס וועלן אסאך מענטשן קענען מעיד זיין, אז די ריכטיגע וואס האבן שטארק מצער געווען, קומען נישט איבערבעטן ערב יום-הקדוש אדער ערב ראש-השנה, נאר די וואס מען האט אמאל געטשעפעט מיט א ווערטל, אדער ס'איז אויסגעקומען בטעות אז מען האט יענעם נישט מכבד געווען מיט אן עליה, וועט מען אים איבערבעטן.

וכאן המקום לערוך חשבון הנפש מדיוק.

עס ווערט געברענגט אין מטה אפרים, אז אויב דער מענטש קומט נישט איבערבעטן, אדער יענער איז נישט משים לב, דארף מען זיך מקדים זיין פאר יענעם און לאזן וויסן אז מען האט א שווער הארץ אויף יענעם, אולי יחוס.

כלפי מה דברים אמורים?
לב טהור!

שטעלט אייך אפ א מינוט און טראכט!
עס קומט דאך דער יום הדין, "חלים כמכבירה" זאגט מען, יעדער ציטערט, לב מי לא יחרד פון דעם גרויסן טאג. זענט איר טאקע ריין פון מצער זיין א קהילה שלימה בישראל, אדער א יחיד פון די קהילה? - האט איר טאקע קיינמאל נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט, אדער א שפאס ווארט קעגן די קהילה? - זענט איר זיכער אז איר זענט נישט קיין גורם, דירעקט אדער אומדירעקט, דורך א קרום ווארט, דערויף וואס פינף אידן שמאכטן אין תפיסה, בתנאים לא תנאים? - זענט איר זיכער אז איר זענט נישט שולדיג א חלק, אין דעם וואס צענדליגע קינדערליך שמאכטן פון קעלט און הונגער, בשעת מען וואלט זיי געקענט העלפן און מיט אייער קרום ווארט איז דאס אפגעהאלטן געווארן?

איך ווייס דער תירוץ: מען פייניגט, קולט, מען טאר נישט רחמנות האבן, אכזרים, ועוד ועוד ועוד. אבער שטעלט אייך אפ א מינוט! - האט איר גענומען די מיה צו מברר זיין וויפיל פון די שמועות זענען ווירקליך אמת? - איידער איר האט אויפגעהויבן א טעלפאן, פאר'מסר'ט איינעם, אדער אפילו נישט... ווען איר זענט געזעצן אין מקוה און דערציילט א הייסע נייעס וואס איר האט נאר וואס געהערט פון א חבר צי א שוואגער, און איר זאגט עס איבער מיט א זיכערקייט, וואס דאס פארט ארום און איז גורם אז א גביר זאל נישט געבן קיין געלט פאר הונגעריגע קינדערליך אויף יענעם ארט. האט איר גערעדט וואס איר ווייסט? - האט איר נישט איבערגעטריבן? - האט איר נישט אומדירעקט געפייניגט אידישע נפשות, אומשולדיגע שעפעלעך? - זענען אייערע הענט ריין פון בלוט? - זענט איר רואיג צו קומען דאווענען פארן בורא עולם, וויסנדיג און זאגנדיג אז "ידינו לא שפכו את הדם הזה?'.

דער פאקט היינט צו טאגס איז, אז עטליכע אידן שמאכטן אין תפיסה, קיין וויין מיט חלה וועלן זיי נישט האבן, סימנים - די מינימום. זענט איר זיכער אז אייערע רייד אין בית-המדרש, האט נישט צוגעגעבן צום רעש? - קינדערליך שמאכטן פאר הונגער, עס איז נישטא קיין פלייש צו עסן. זענט איר זיכער אז אייערע רייד האבן נישט גורם געווען אז אן עושר זאל נישט וועלן געבן דארט געלט? - ואלה הצאן מה חטאו?

איך רעד נישט צו די א.ג. עסקנים, וואס רעדן איין יענעם (נישט זיך, זיי ווייסן דעם אמת!) אז זיי מיינען לשם-שמים, די וואס פירן די מערכה און שטייען אין שפיץ, איך באציה זיך נישט צו זיי יעצט, אויף זיי איז א ביטער רחמנות. איך רעד צו אחינו בני-ישראל, סתם אידישע קינדער וואס ווילן זיין וואויל און ווילן צוקומען צום יום הדין מיט א ריינע געמיט. זענט איר זיכער אז אייערע אומשולדיגע רייד האבן נישט גורם געווען קיין שלעכטס?

האט איר מברר געווען פאקטן פארן רעדן? - זענט איר זיכער אז די פריזער מעשיות זענען אמת? - די מלקות זענען אמת? - אלע אנדערע לשון-הרע'ס זענען אמת? - זענט איר זיכער געווען דערין איידער איר האט אנגעהויבן צו רעדן? - וואס על סמך זה זיצן אידן אין תפיסה? - די גרעסטע מומחים טענה'ען, אז ווען נישט ידי ישראל באמצע, וואלטן די אידן נישט געווען אין תפיסה. זייער חטא איז נישט אזוי גרויס, אז ווען ס'וואלט געווען א גוי וואלט יענער געזעצן, עס איז געווען מיט א דירעקטע העצע פון אחב"י ליידער. זענט איר זיכער אז אייער פלעטשקען אין דער נושא האט נישט צוגעברענגט צו דעם היץ? - זענט איר אינגאנצן ריין?

עס קומט צו גיין דער יום-הדין, און מען גייט זיך אויסבעטן א גוט געבענשט יאר, און איך וואונטש יעדן איינעם א אמת'ע גוט געבענטשט און זיסע יאר. אבער זענט איר גראד מיט בין-אדם-לחבירו, פון א גאנצע קהילה בישראל? - איר דארפט איבערבעטן, איר דארפט איבערבעטן, איר דארפט איבערבעטן.

איך גיב אייך די געלעגנהייט, איך מערק אייך אויף א נקודה און קבלו את האמת ממי שאומרו. איר קענט נאך איבערבעטן און זיך פארנעמען אויפן עתיד, איר קענט נאך מתקן זיין, כל זמן שאתם מאמינים שאפשר לקלקל, תאמינו שאפשר לתקן. קאווע שטיבל איז נאך דא, איר קענט זיך פארנעמען נישט צוצוגעבן אויל צום פייער און מאכן נזקים פאר אידישע קינדער. בחורים און קינדער שמאכטן פאר הונגער און קוקן ארויס אויף הילף, מען קען זיי העלפן, מען קען זיי גליקליך מאכן, מען קען רעדן און שרייבן א גוט ווארט אויף זיי. גייט אין ביהמ"ד און ווען איר הערט א קופקע איבער די נושא, ווארפט אריין א גוט ווארט. יא, א גוט ווארט קומט אן ווייט, און א שלעכט ווארט ליידער נאך ווייטער. זייט פון די וואס בויען, פון די וואס העלפן און נישט פארקערט.

און צום נקודה, אידישע קינדער האבן בא'עולה'ט לב טהור, מען דארף זיי איבערבעטן!

זאלט איר אלע זוכה זיין צו א גוט געבענשט יאר, צו א שנת גאולה וישועה, ושנת גאולי באה במהרה.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 11:56 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:18 pm

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:49 pm

לב טהור וויל נישט זיין א חלק פון כלל ישראל. ארויס פון בבל האבן זיי געשריגן אויף אידישע קינדער.
פליצלינג איז אונזער געלט גענוג כשר?
עטץ ווילטס זיין אפגעשייד, געבטס זיך אליינס אן עצה.

לייג נישט די שילד פון ענקער אייגענע חטאים אויף אונז.
קידנעפינג קומט מיט די risk פון שמאכטן אין טורמע.
אייער אייגענע ארבייט האט געברענגט צו ענקערע דורך פעלער.

אויב מען וויל גוטע גריסן, דארף מען זיך פירן ווי א גוטער.

נ.ב. איר קענט גערן באקומען באקומען געלט אויף צו שפייזן די קינדער, מופט צו אינדיאנא, און פעטער שמואל וועט טיילן קעסט.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 871 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:57 pm

איי וואו נעמט מען די פעדער צו באשרייבן די ווייטאג פונעם אינגערמאן וועלכע האט פרובירט צו קידנעפן זיינע נעפיו'ס און די פארשאלטענע ציונים-געשטימטע אמעריקאנער האבן איהם געפאקט ביי די מעשה.

און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע און איהם אריינגעשליידערט אין חד גדיא אריין נישט מער געדאכט. און אנשטאט די לעכטיגע טעללער אינגלעך זאלן שימלן אין די קעלערן פון בבל וועט מדה כנגד מדה זייער נידעטרעכטיגע פעטער שימלען אין די תפיסה קעלערן.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך דעת » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:38 am

כבין נייגעריג,
וואס האט רב העלבראנס געהאלטן פון טעראפי?
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: לב טהור - איבערבעטן!

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 3:03 am

הייסט אז אונז זענען נאך שולדיג אז מ'געבט מלקות, און אז די קינדער זענען הונגעריג?

זאג נאר עפעס ווארפסטו אריין אז נישטא קיין געלט פאר פלייש, האסט טאקע געמיינט פאר די קינדער, אדער דו מיינסט פאר נחמן?

געלט פאר אייער איז יא דא?, אויב נישט קען איך ספאנסארן צוויי דריי דאזענס! פארבינדט אייך אין אישי. כ'וועל אפשר אויך צוגעבן קארנפלעקס מיט מילך, און אויב עס פעלט אייך חומש און תלמוד קען דאס אויך זיין אויפ'ן אינוואיס, ווי אויך האב איך א חבר וואס קען באשטיין צו מנדב זיין איבעריגע אינדיאנער טורבאנס, אינטערעסאנט פאר אייך? אראבישע איז בעסער?



סתם אלץ אינטערעסאנטקייט, איר האט שוין א סנהדרין דארט אין בבל?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך moneyminded » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 3:38 am

מיין הארץ צוגייט
איך בין גרייט צו העלפן. קענסט מיר קאנטאקטען אין אישי.

ווי זענען די אידן יעצט? לב טהור גייט נאך בכלל אן?
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 4:45 am

ווי שטייט אז מען דארף איבערבעטן? ענק לערנט דען די תורה? אין די תורה פין ענקער יאשקע ברענגט ער דען אראפ דער איבערבעטן?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך real fake news » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:21 am

ווען כהאב געזען די קעפל פון די אשכול האב איך אמת׳דיג געמיינט אז די גייסט איבערבעטן דער עולם דא, כווייס נישט פארוואס כהאב אפילו אזוי געטראכט.
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:47 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:הייסט אז אונז זענען נאך שולדיג אז מ'געבט מלקות, און אז די קינדער זענען הונגעריג?




טיפישע לב טהור שטיק, בלעימט די גאנצע וועלט פאר זייערע פראבלעמען, און מיינען אז מיר וועלן פאלן פאר דעם אזויווי זייער עדה.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 871 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:31 pm

חכמת שלמה האט געשריבן:
האט איר מברר געווען פאקטן פארן רעדן? - זענט איר זיכער אז די פריזער מעשיות זענען אמת? - די מלקות זענען אמת? - אלע אנדערע לשון-הרע'ס זענען אמת? - זענט איר זיכער געווען דערין איידער איר האט אנגעהויבן צו רעדן? - וואס על סמך זה זיצן אידן אין תפיסה? - די גרעסטע מומחים טענה'ען, אז ווען נישט ידי ישראל באמצע, וואלטן די אידן נישט געווען אין תפיסה. זייער חטא איז נישט אזוי גרויס, אז ווען ס'וואלט געווען א גוי וואלט יענער געזעצן, עס איז געווען מיט א דירעקטע העצע פון אחב"י ליידער. זענט איר זיכער אז אייער פלעטשקען אין דער נושא האט נישט צוגעברענגט צו דעם היץ? - זענט איר אינגאנצן ריין?


אין מיין מיינונג, ווען ער איז ווען א גוי וואלט ער ווען געווען א האלאקאסט לייקענער
מנחם ציון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך זעקעל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:22 am

@מנחם ציון
ס'איז שלמה העלבראנס' אינגסטע זוהן יואל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 5:44 am
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:18 pm

אויב איז עס אים איז א שטארקער חידוש, ווייל עס הייסט אז ער איז מרוחק פין לב טהור.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:34 pm

זעקעל האט געשריבן:@מנחם ציון
ס'איז שלמה העלבראנס' אינגסטע זוהן יואל.

ווייסמער
מנחם ציון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך פארווע חסיד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 3:37 pm

יאך האב נאך דאכט זיך קיינמאל געשריבן אדער גערעדט נעגאטיוו איבער לב טהור,
אדרבה, כ'האב גערעדט פאזיטיוו בשבחם ווי זיי נעמען קעיר פון עוברי עבירה, אפילו קליינישקייטן, בכל חומר הדין, מיט מלקות און פריזער'ס,
אזוי איז דאך ארגיענעלע אידישקייט... נישט אזוי?!?
פארווע חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:01 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך גרעפיקסער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:23 pm

גראדע א שטארקע נקודה,

אפילו מ׳האלט אז די פירער זענען נישט גערעכט, וואס זענען די קהילה שולדיג? אנשים, נשים וטף...

אשע״כ וואלטעך מציע געווען מ׳זאל צוגרייטן א ליסט מיט די נעמען און טעל. נומער פון די בני הקהילה וואס זאל זיין אוועילעבל פאר רודפי צדקה וחסד זאלן קענען ארויסהעלפן... מאכט סענס?
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron