בלאט 1 פון 1

גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:58 pm
דורך המלוכה והממשלה
עס ווערט באריכטעט אז די שטאט ראט אין בית שמש האט גע'וואט אז די גאסן וואס הייסען נאך פרויען זאל מען מאכן די ערשטע נעמען גאר קליין , אז די חרדישע אידן וואס האבן נישט ליב ערשטע פרויען נעמען זאלן נישט ווערן געטריגערט.

https://www.jpost.com/israel-news/beit- ... gns-643331?

מחיל אל חיל

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע

Re: גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:35 pm
דורך פאליטיקאנט
און דאס איז שוין מיט'ן "אנטיסעמיטישן" מעיאר (דאכט זיך מיר בלאך, ניין?)?

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:39 pm
דורך אישתישבי
און דא ביי אונז איז דער שטן לא עלינו מרקד, און מען האט היימישע חתונה זאלען אויף די ערשטע נעמען פין פרויען. א בושה און א חרפה. און די גמרא זאגט שוין כל האומר רחב רחב געשעהט געפערלעך.

Re: גאסן אין בית שמש מאכען קליין די ערשטע נעמען פון פרויען

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:55 pm
דורך פאליטיקאנט
די גמרא פרעגט שוין וויאזוי קען איך זאגן רחב שתי פעמים און גארנישט געשעט (כ'ווייס נישט צו זיי האבן עס געטרייעט)?
ענטפערט די גמרא אז נאר ווער ס'האט זי געקענט....

מוז מען זאגן אז די וואס האבן פראבלעמען מיט שמות נקבים, קענען זיי פערזענליך......

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:48 am
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיי זענען אין גוטע קאמפאני.

אז אזא שוואכע און אומקלארע חיתוך הדיבור זאל פאסיג זיין פאר אזא סארט פאפ ווידעאו איז מאדנע. אפשר איז עס קיהל?? גאט זאל באהיטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:15 am
דורך אישתישבי
דער מאדנע זאך אז דער מנהג פין נישט רופען א פרוי ביים ערשטע נאמען, האט נישט מיט אידישקייט גארנישט, האט נישט קיין מקור אין חז"ל, און איז סתם צוגעלייגט געווארען צו חריידיזים אין די לעצטע פערציג יאר, ווייל עפעס א פארקאקטע משוגענער איז אזוי איינגעפאלן, און אלע רבנים טאנצען מיט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:07 pm
דורך פארווע חסיד
נאך וואס איך זעה די אשכול, הייב איך אן טראכטען אז יש דברים בגו, זעהט אויס אז ס'דא מענטשן וואס די נאמען אין רעגולער סייז קען זיי ברענגן צו א ערנסטע הרהורים ר"ל. און אדרבה, ס'זייער עפרישיעטעד די שווערע ארבעט פון די רבנים/עסקנים צו בויען א שפיטאל נעבען די איינגעפאלענע בריק צו היילען די מענטשען וואס פאלן אריין...

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:20 pm
דורך קאך_לעפל
יא! די נאמען חולדה הנביאה מאכט מיך הייס...

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 9:27 pm
דורך אישתישבי
נישט גאלדא מאיר?

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 6:57 pm
דורך הרב שיף
קען זיין אז און ארץ ישראל איז מען חושש אויף זייער ווייטע חששות, א שטייגער ווי מען וועט זיך אנשטעקען פון די אישפיזין [זיי גייען דאך פון איין סוכה צו די צווייטע]

אבער מיר איז אינטערסאנט פארוואס זיי טוען דאס, קודם זאלען זיי קליין מאכען די פרויען, און דערנאך די נעמען.