די חינוך קרבנות פון קאראנא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

די חינוך קרבנות פון קאראנא

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

עס דרייען זיך ארום שמועות, אז קראנא האט געברענגט א גרויסע חורבן ברוחניות און אסאך גוטע בחורים און גוטע מיידלעך זענען זייער שוואך געווארן ברוחניות, אפילו ווען אין אנדערע צייטן וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעלכע מצבים, און נאר א דאנק די קראנא מצבים האט עס געברענגט פאטאליטעטן אין רוחניות.

איך פערזענליך ווייס נישט פונדערנאנט קיין ערנסטע חורבנות, איך האב נישט מיטגעהאלטן. אבער אנדערע זאגן יא, אז גוטע בחורים פון גוטע שטיבער, זענען ממש געפאלן און געטון זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון, עס איז געווען א בכיה לדורות. איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן.

וואס יא? - געוויסע מושגים, וואס ביי חסידי'שע בחורים איז דאס אונטער געווענליכע אומשטענדן א פארשטענדליכע זאך און מען נעמט עס ערנסט, איז געווארן שטארק נאכגעלאזט. נעם א דוגמא פון גיין אין מקוה יעדן טאג. אין געוויסע קרייזן איז דאס דער נארמע אז א בחור גייט טעגליך אין מקוה, ס'איז נישטא אזא זאך ווי אויסלאזן א מקוה. ביי קראנא איז דאס געווארן ביי אסאך גוטע בחורים, ווי א זאך וואס "אדער יא אדער נישט - ס'איז נישט געפערליך אז מען לאזט אויס, אדער העכסטנס אז מען גייט נאכן דאווענען". (איך גיי נישט אריין אין דער דעבאטע צי מען דארף אזוי מחנך זיין וכו', למעשה האט דאס געשטערט אין די נורמעס פון חינוך פון די ישיבות וואו מען איז יא אזוי מחנך, ודו"ק). דאס זעלבע זאך איז מיט דאווענען מיט מנין, וואס בשעת ביי פיל בחורים, יונגעלייט און עלטערע, איז דאס שוין געווארן א לכתחילה אזוי, אז מען קען אויך דאווענען ביחידות. די וועלט קערט זיך נישט איבער...

וואס איך וויל דא מיט דעם אשכול, איז, צו הערן פון אנדערע אידן, וואו זיי האבן געזען ביי זייערע געשוויסטער, קרובים, שכנים, תלמידים, מלמדים, פריינט, אדמורי"ם, סתם אידן, אז עס איז געווארן נאכגעלאזט, צי אויף א געפערליכן פארנעם, אזוי ווי מחנכים שרייען, אז ס'האט ממש גורם געווען א בכיה לדורות, צי אויף א מילדן פארנעם, אז זאכן זענען קאלט געווארן.


וואס האבן ענק מיטגעהאלטן?

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר