מאכן אונזערע מוסדות א טעות?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2070 מאל

מאכן אונזערע מוסדות א טעות?

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז שוין א וואך זייט סוכות, די בתי מדרשים זענען געוועהן אפען איבער יום טוב און מען האט געפיפען דער גאווערנער, און זיי האבן גארנישט אפילו פראבירט צו פארמאכן קיין בית המדרש, און דער אמת דורך דער גאנצע צייט האבן זיי נישט געטשעפעט קיין שום בית המדרש ווי מען האט געדאווענט.

לערנען מיט קינדער האבן זיי יא געשטערט פין דער אנהייב, ווען די מוסרים האבן איבערגעגעבן ווי מען לערנט מיט קינדער.

פין יוני האבן זיי נישט געשטערט קיין מוסדות, און יעצט זעהט מען אז דער גאווערנער איז אין א אמת'ע פארגעלעגענהייט, ער ווייסט נישט וויאזוי זיך אומצוגיין ווייטער. עס קען זיין אז ער וועט גארנישט טוהן און לאזען פארלעצען די געזעץ, און עס קען זיין אז ער וועט יא טוהן עפעס מער, מען ווייסט נישט.

למעשה, די מוסדות ציטערן פאר דער גאווערנער'ס סטראשע פין שניידען פאנדינג, און ציטערען פאר יעדעס מענטש מיט א קעמערע פראנט פין די מוסד, און שליסען די טירן וכו'.

די שאלה איז, ווען דער טענה פין רעליגיעזע רעכטען דעקט נישט לגבי מוסדות, און די טענה אז דער גאווערנער איז א אנטיסעמיט איז אזוי אמת ווי דער פאליציאנט וואס גיבט א טיקעט פאר א איד, לוינט זיך טאקע צו גיין אין א מלחמה מיט דער גאווערנער?

עס איז קלאר אז אונז ריסקען גאר שטארק אז אונז ווערען מיר פארשמוצט לעיני העמים פאר מענטשן וואס לייגען יעדעם אין א סכנה אין נאמען פין רעליגיע. איז עס ווערט?

ווען אידן פילען אז זיי האבן רעכטען איז עס דער פארקערטער פין גלות, ווילסט דיך מוסר נפש זיין און דאווענען און לערנען אין א קעלער, מהיכי תיתי, אבער גיין בפומבי אין א מלחמה מיט דער גאווערנמענט איז נישט מסירות נפש פאר אידישקייט, עס איז מסירות נפש צו ווייזען אז אונז קענען אויך ווי די שווארצע מאכן איבערקערענישן, אונז האבן רעכטען, דאס איז די פארקערטער פין גלות.

וואס מיינט איר?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר