וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

שליחה דורך פארוואס? »

די יעצטיגע תקופה פון קאראנע האט ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך זייער שטארקע קושיות אויף די התנהגות פון אסאך ארטאדאקסישע אידן שומרי תורה ומצוות. נישט נאר קלי קלים וואס זענען מיקל אין חמורות שבחמורות נאר אפילו אזעלכע חמורים וואס זענען מחמיר אין מצוות קלות.

צומאל איז די קשיא געווען מרפסין איגרא, עס קוקט אויס ווי אידן וואס זענען געווענליך מחמיר אויף א ספק-ספיקא פון א שבות דשבות האבן ניטאמאל געפיהלט פאר וויכטיג צו שוקל זיין אויב עס איז דא אן ענין צו טראגן א מאסקע. ווי ווייט איך ווייס, איז נישט פארהאן קיין שום חשש איסור צו טראגן אינמיטן די וואך א מאסקע וואס איז נקי מחשש כלאים, עבודה זרה אדער מאכלות אסורות.

אלא מאי, מיר מוזן אנערקענען אז אונזער לייטער פון פריאריטעיטן איז באגרעניצט, אונז קענען מיר נישט האלטן אלע ווירדן ביים שפיץ פונעם לייטער, אויב לייגן מיר א דגש אויף איין ענין, וועלן מיר בהכרח מוזן מוותר זיין אויף אן אנדערע עניינים.

א דוגמא דערצו, איז ווען געוויסע חרדי'שע רבנים האבן געהאט א פראבלעם מיט די מערכה קעגן דעם אינטערנעט צוליב דעם וואס עס שוואכט אפ די מערכה קעגן ציונות, און פארקערט, געוויסע לוחמים קעגן די אינטערנעט האבן קריטיקירט די אומרעלעוואנטע מערכה קעגן ציונות. און די סיבה דערצו איז ווי ערווענט, ווייל אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, מ'קען נישט פיהרן צוויי מערכות, און איין מערכה איז אויפן חשבון פון די אנדערע.

אונז האבן מיר תרי"ג מצוות, חז"ל האבן צוגעלייגט גדרים וסייגים. אויף די סייגים האבן געוויסע צוגעלייגט חומרות ע"ג חומרות. מ'קען אמאל הערן א טענה: "וואס קען שוין שאטן א חומרא"? יוצא זיין ידי חובה אפילו לויט א שיטה וואס איז נישט גע'פסק'נט. וואס קען שוין שאטן אויב נעמען מיר אויף זיך און אונזערע קינדער אייגענע גדרים וסייגים. להוסיף גדר על גדר? די תשובה דערויף זעהען מיר בעיני בשר די לעצטיגע טעג. די אלע חומרות קאסטן א פרייז. אויב שטרענגען אונז אן אונזער ווירדן-סיסטעם מיט אסאך מינערוויכטיגע חומרות איז עס אויפן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן.

א איד וואס דארף דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, ער דארף גיין טעגליך אין מקוה. אויב בלייבט נאך אביסל פלאץ צו זיך אנשטרענגען קעגן די אייגענע באקוועמליכקייטן צוליב ווירדן, מוזן מיר עס רעזערווירן פאר זאכן וואס זענען וויכטיג, ווי למשל פאר שמירת הגוף והנפש, אויספאלגן געזעצן פון די מדינה וואס אונז וואוינען (אפגעזעהן צו מיר שטימען מיט די פאליטיק אדער נישט), באצאלן שטייערן, פאלגן טרעפיק געזעצן, האנדלען ביושר ע"פ חוקי המדינה וכו'.

יעדער איז מסכים אז די דאזיגע ווירדן זענען וויכטיג פארן יחיד און פארן ציבור, אבער אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר די ווירדן וועט עס קיינמאל נישט קומען לידי מעשה. מענטשן זענען זייער מוגבל, אונזער לעבן צווינגט אונז צומאל צו פארקיילאכן ווינקלען, פארקוקן ווירדן וואס מיר האלטן אויך אז עס איז ריכטיג. ווען דאס געשעהט נעמען מיר ארויס אונזער לייטער פון פריאריטעיטן, און מיר קלעבן צו איינס אדער צוויי וויכטיגע ווירדן, און פארקוקן די איבעריגע.

אלזא, חומרות שאטן, זיי זענען אויפן חשבון פון אנדערע ווירדן בהכרח. און ווי חז"ל זאגן שוין "דייך מה שאסרה תורה". אדער ווי רש"י שרייבט (בראשית ג, ג): הוֹסִיפָה עַל הַצִּוּוּי, לְפִיכָךְ בָּאָה לִידֵי גֵרָעוֹן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר