דארף מען וואוטן פאר טראמפ אלס הכרת הטוב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

דארף מען וואוטן פאר טראמפ אלס הכרת הטוב

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

נישט ארייגייענדיג אין די וויכוחים ווער עס איז א בעסערע קאנדידאט און ווער וועט האנדלען בעסער די פענדעמיק, וויל איך פרעגן א קשיא וואס דער עולם האלט

מיר יודן (און אוודאי ניו יארק) קענן נישט ערוועלן א פרעזידענט, אפילו אלע חרדישע יודן וועלן וואוטן פאר א קאנדידאט קענען זיי נישט אריינברענגען קיינעם.

דאס איז זיכער אז טראמפ איז געווען זייער א גוטער פרעזידענט פאר יודן און יודישע אינטערעסן (קען זיין אז ביידן וועט אויך זיין), זענען מיר אלס יודן מחוייב מצד הכרת הטוב צו שטימען פאר אים, נישט קיין חילוק וואס די אוטקאם וועט זיין?

ר׳ ליפא פר"מ ע"ה דער לעגענדארער סאטמארער רה"ק האט געזאגט פאר א קאנדידאט וואס איז געלאפן צוזאגענדיג צו טון טובות פאר יודן, און ער האט געפרעגט הלמאי מ'אינדארסירט אים נישט קעגן די אמטירענדער קאנדידאט, האט ער געזאגט אונז זעמיר אים שולדיג א הכרת הטוב, ווען דו וועסט געווינען וועלמיר דיר שולדיג זיין הכרת הטוב און מיר וועלן שטימען פאר דיר.

וואס איז אייער מיינונג?

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר