אדמו"ר מהרי"י: אן ענדע צו די נערישע פאליטיק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

אדמו"ר מהרי"י: אן ענדע צו די נערישע פאליטיק

שליחה דורך פארווע חסיד »

אין א היפש דראמאטישע און העכסט אומערוואטעטע שריט האט האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר ביי א לעצטיגע מסיבה זיך געלאזט הערן איבער די פאליטישע היץ וואס נעמט איבער די היימישע גאס. מיט קענטיגע ווייטאג האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט ווי מ'זעהט די ינוגעלייט זענען ממש "פארקאכט אין די נערישע פאליטיק"..
ס'נישט קיין סוד פאר קיינעם צו וואס דער רבי רעפערירט, די ווייטאגליכע פאליטיק וואס האט צושפאלטן די קהילה אין צוויי, אין אנגעברענגט מחלוקת, שנאת חינם, ביטול תורה ותפלה, אין א ליידיגע יוגנט, איז זיכער געשטאנען פאר די אויגן ביי יעדעם אין זאל ווען דער רבי האט משמיע געווען די דב"ק.
ווי א קלוגער יוד האט מיר מסביר געווען דעם רבי'נס רייד, וואס האט באצייכנט די פאליטיק אלס "נער'יש". ווייל בשלמא ווען מ'קאכט זיך אין די פאליטיק פאר פרעזידענט וכדומה, איז כאטש דא א לייכטע שאנס אז ס'זאל מאכן א חילוק אויף די לעבנס קוואליטעט, עכ"פ לשליש ולרביע. משא"כ די פאליטיק איבער 'מי בראש' איז דאך קיין נפק"מ פאר די אלגעמיינע פארענטשעס חסידים בכלל, זיי באקומען די זעלבע שטרוי אפגעזעהן ווער איז בעה"ב אין שטאל, דעריבער איז זי מיט רעכט באטיטולס סתם "נער'ישע פאליטיק".
דעריבער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד די פייער שטילשטאנד, און ס'איז אוודאי צום האפן אז מהיום והלאה וועט הערשן אך ורק שלום ושלווה במחנינו.

פין דארטן איז די רבי תיכף געפארן מיט א פריוואטע פליגער קיין מיאמי......

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר