דער מאסקעלאזער נחליאל ביי מלחמת גוג ומגוג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

דער מאסקעלאזער נחליאל ביי מלחמת גוג ומגוג

שליחה דורך יהורם »

בס"ד

"מען טאר זיך נישט גיין טעסטן, דער וואס גייט זיך טעסטן איז א שייגעץ און א רודף, דער גיבט איבער די גאנצע מאכט פאר די לינקע שרצים וועמענס גאנצער ציהל איז נאר צו לייקענען אינעם איין איינציגסטן יתברך שמו!"...

דאס זענען געווען די ווערטער וועלכע זענען ארויסגעזאגט געווארן פון צווישן די פייכטע און שליימיגע ליפן פון מיין יוגנט פריינט נחליאל מיט וועמען איך פלעג זיך טענה'ן נאך אין ישיבה אנגעלאנט אויפן וואנט פון די קאווע שטיבל קראצנדיג מיין נארוואס געקראצטע פיס.

עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט דאס צו הערן ארויסקומען פון זיין מויל, ווייל ער איז דאך געווען בארימט אלס גרויסער צדיק און איינער וואס פאלט נישט פאר קיין שטותים און קאנספיראציעס, ער איז געווען דער בחור וואס עס האט אים נישט געפאסט צו זאגן בכלל אז ער ווייסט דעם פרעזידענטס נאמען, "דער ירום הודו" פלעגט ער אנרופן אבאמא ווען ער איז געווען בתוקפו זיך פארקרעכצדיג שטיל מיט איין פארמאכטער אויג ציענדיג דאס לעצטער הארעלע פון זיין מארדע באגלייט מיט א קליינער פליק צו די רוחות.

יעצט לאמיר נישט פארגעסן אז ווען עס איז געווען די וואלן אין יאר 2016 ווען יעדער איינער איז געווען פארנומען מיט דאנעלד טראמפ און הילערי קלינטאן איז ער געווען דער וואס האט מוחה געווען און געשריגן אז עס פאסט נישט אז מען רעדט אפילו דערפון. "מיר ברויכן וויסן אז מיר האבן גארנישט מיטן גוי!" איז געווען מרגלא בפימיה פון נחליאל "דער רעכטער האט אונז פונקט אזוי פיינט נאר ער איז גאר א גרעסערער רשע, ווייל ער זאגט אונז נישט אויס!" האט ער געפאכעט מיטן קמיצה אוועקמאכנדיג אלע היסטאריע ביכער כלאחר בשר.

אבער היינט איז אלעס אנדערש, היינט האט ער שוין געטראפן זיין ריכטיגער שונא, היינט איז ער אויסגעשפראכן קעגן די 'לינקע' און פארשטייט זיך מער ווי סיי וועלכער צייט איז ער גאר פארנומען צו וויסן ווער עס איז דער ריכטיגער שונא.

אנשטאט צו קלערן אויפריכטיג ווי א רעכטדענקנדער מענטש, האט ער אויסגעקליבן צו האלטן אז נישט קיין צווייטער ווי ביל געיטס איז דער וואס וויל אים אונטערברענגען, ער איז איבערצייגט אז דא קומט פאר א מלחמת גוג ומגוג און קיין צווייטער האט עס נישט אנגעהויבן ווי ביל געיטס. ער האט פארגעסן זיין האס צו דאנעלד טראמפ און ער וויל זייער שטארק אז אלע זיינע אידישע ברידער זאלן אריבערלויפן וואוינען צו רויטע שטאטן ווייל דארטן וועט מען זיי נישט קענען שעדיגן וויבאלד מען טוט דארט זייער רעספעקטירן רעליגיע.

יעצט איז ער דער וואס איז מקפיד קיינמאל נישט אנצוטאן א מאסקע אפילו בטעות, דערנאך שרייט ער אז קאומאו און דעבלאזיאו זענען רוצחים און אנטיסעמיטן, ער פארגעסט אינגאנצן פון זיין התגרות באומות שיעורים וואס ער פלעגט געבן, און ווען מען מערקט אים אויף דערוועגן שרייט ער אז דאס איז א שעת השמד.

ער וועט אויך גאנץ שטארק הנאה האבן ווען א גוי שרייט אים נאך און ער איגנארירט, אזוי קען ער מארגן דערציילן ווי געפערליך ניו יארק איז. ער זעט נישט דא א פאנדעמיע וואס פירט זיך ווי א פאנדעמיע, ער זעט דא א קריג צווישן וויסנשאפטלער און די תורה, צווישן גוים און אידן, צווישן רעכטע און לינקע, און פארשטייט זיך אז ער זייענדיג שטארק באקאנט אין דאקטאריי וועט האלטן אז די פלו איז פיל ערגער ווי קאוויד 19 הגם זיין שווער איז שיעור אומגעקומען פון דעם 'פשוט'ן פלו'.

אויב וועט איר אויפקלערן נחליאל איבער דאס וועג פון זיך טעסטן וועט ער אייך גלייך אנצייכענען אלס א אדוואקאט פארן טייוול און אלס חבר פון משה דוד נידערמאן, ער וועט אייך מסביר זיין אז דא רעדט זיך פון נישט קיין צווייטע קריג ווי די שוין אלעמען באקאנטע גוג ומגוג מלחמה, ער ווייסט נישט ווער עס שפילט דער טייל פון גוג און ווער עס טוט אויספירן די אויפגאבע פון מגוג, ער ווייסט נאר אז דאס איז די מלחמה פון וואס אלע פריערדיגע האבן גערעדט.

נחליאל קען נישט אליינס אויפהייבן דאס געפעק און אריבערפארן אהין וואוינען ווייל ער וועט אויטאמאטיש פארלירן זיינע לעבנסוויכטיגע פראגראמען (און אויך ווייל ער קען נישט ס'לאנדס שפראך, און אויך ווייל ער האט מורא, און אויך ווייל ער האלט נישט באמת אזוי…) אבער ער שרייט צו אלע זיינע פריינט אז מען מוז אט אט פארלאזן דאס לאנד.

מארגן גייט ער אין גראסערי, ער וועט געצווינגענערהייט ארויפלייגן דאס מאסקע אויף זיין מארדע און ווארטן ביז כולל נייעס גייט אריינשיקן א טעקסט מעסעדזש איבער 'גירוש אמעריקע' דורך קאמאלע העריס.


בקיצור, איך האב אייך נאר געוואלט באקענען מיט נחליאל, איר קענט אים אויך לכאורה, דעריבער זענט איר געלאדנט צו שרייבן אלס וואס איר געדענקט פון נחליאל כדי עס זאל בלייבן פון אים א שם ושארית...

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר