"משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

"משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע

שליחה דורך העניך »

מזל טוב אמעריקע!

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, אז מיר האבן זוכה געווען אפצוטון די שאנדע פון אונזער מדינה, און אפזאגן דאנעלד טראמפ פון זיין אמט אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. אמעריקע האט געזאגט, גענוג צו די רשעות, גענוג צו די פּיין, גענוג צו די טפשות, די ליגנט, די קאלטבלוטיגקייט, און האט דערלאנגט דעם ירום הודו א העכסט-דעזערווירטן שטויס פון הינטן.

בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו אל יגל לבך, האט דער חכם מכל אדם געזאגט. און כ'זאג אייך דעם ריינעם אמת אז זעענדיג די נעכטיגע בילדער פון טראמפ מיט זיין פארכמארעטן געזיכט האט עס מיר געגעבן א ציפ אין הארץ. ער איז אויך א בשר ועצמות און ס'האט מיר נישט דערפרייט זיין ווייטאג. אבער דאס איז באמת מיין פערזענליכע שוואכקייט. איך דארף נישט שפירן שלעכט פאר א גס רוח וועמענ'ס גרעסטע שטארקקייט איז אריינצוגראבן טיף אין די עמאציאנעלע שוואכקייטן פון זיינע קעגנער און אויסקוועטשן ביזן דם התמצית. איך דארף נישט האבן קיין ווייטאג פאר א מענטש וועלכער רייסט אוועק קינדער מחיק אמם, וועלכער העצט קעגן מינאריטעטן, וועלכער גיט נישט אפ קיין טראפ דין וחשבון אז דאס ווארט פון א פרעזידענט טראגט געוויכט און האט תוצאות אינעם רעאליטעט. אפשר איז עס אפילו א שאלה פון מרחם על אכזרים.

אבער אויב זאגט דער פסוק אז ווען א פיינט האט א פארלוסט זאל מען זיך נישט פרייען איז דאס אוודאי גילטיג ווען ס'איז "בנפול אוהביך", ווען מיינע באליבטע חסידישע ברידער און שוועסטער האבן געליטן א דורכפאל אז דער פרעזידענט וואס זיי האבן געשטיצט מיט אזא פרעצעדענטלאזער פלאם און אייפער איז ארויסגעשטויסן געווארן פון אמט.

איך פארשטיי די היימישע סענטימענטן. איך בין אויך איבערגענומען געווארן מיט פרייד ווען שלום מרדכי רובאשקין איז באפרייט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ. איך גלייך אויך בדיעבד אז די אמעריקאנער אמבאסאדע געפונט זיך אין ירושלים. ס'איז קלאר אז היימישע אידן האבן איינגעקויפט אן אויער ביי טראמפ'ן, און ס'איז אונז צונוצגעקומען.

פיר יאר צוריק ווען א גרויסער ציבור פונעם יהדות החרדית האט געשטיצט טראמפ, בין איך געווען פּריטשמעליעט. און אפילו דאס מאל איז די אומבאגרייפליך-פייערדיגע היימישע ענטוזיאזם אומפארשטענדליך אין מיינע אויגן. פארט פארשטיי איך אז דאס מאל האבן מיר געשפירט אז ער איז פון אונזערע. ווי יענער האט געשריבן, "משוגענער, אבל משלנו."

אבער לאחר המעשה דארפן מיר ארומדרייען דעם סלאגאן, און אנערקענען אז "משלנו, אבל משוגענער." טראמפ איז א סעלפיש נארסיציסט, א שלעכטער פארביסענער פויער, וואס אלעס וואס ער טוט איז נאר פאר זיין אייגענער הנאה. ער האט נישט קיין שום אידעאלאגיע, קיין שום געוויסנביסן, קיין שום מאראל און געפיל פאר יושר וצדק. כאטש איך ווייס אז טראמפ האט ליב פרומע אידן, האט מיר געכאפט א טרייסל לייענענדיג היינטיגע באריכטן אז אינעם טראמפ לאגער באשולדיגט מען דזשערעד קושנער אינעם פארלוסט. אפילו די גרעסטע היימישע טראמפ שטיצער קענען מיר נישט זאגן מיט א זיכערקייט אז אויב דאס איז אמת וועלן מיר נישט נאכהערן א סטעיטמענט פון טראמפ קעגן דעם "מאכטגייציגן איד קושנער."

טראמפ'ס אזויגערופענע "אהבת ישראל" איז תלוי אין זיינע מאמענטאלע קאנטאקטן און געטריישאפטן. אזא אומסטאבילער פארשוין קען אלעס טוישן אין איין מינוט פון כעס. צי ס'וועט זיך טוישן צי נישט איז נישט נוגע. וואס איז נוגע אז ער איז א מענטש וואס מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף אים. ער איז א משוגענער, א שלעכטער, א מענטש וואס האט אונז נישט ליב ווייל ער האט ליב מענטשן, נאר ווייל ער האלט אז דאס לוינט אים מאמענטאל.

ער איז טאקע געווען "משלנו", אבער ער איז א משוגענער. גענוג געווען.

מיינע טראמפיסטישע פריינט, לאמיר זיין פרייליך אז מיר האבן באקומען בענעפיטן פון די פיר טראמפ יארן, און לאמיך זיין פרייליך אז אמעריקע קומט צוריק צו נארמאלקייט. די וויץ איז געלונגען, און ס'איז צייט פאר עפעס אנדערש.

א ביידען אדמיניסטראציע וועט בע"ה נעמען יוסטיץ רעפארם נאך ווייטער ווי טראמפ האט באוויזן, וועט העלפן אחינו בני ישראל וואס דארפן הילף מיט סאציאלע פראגראמען, און לאמיר נישט פארגעסן אז מיר זענען אויך אמעריקאנער בירגער, און א סטאבילער פרעזידענט און א קאמפעטענטע רעגירונג איז אין אלע אונזערע אינטערעסן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר