עלטערע בחורים: טויט משוגע!!!!!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמעי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

עלטערע בחורים: טויט משוגע!!!!!!!!

שליחה דורך שמעי' »

איינער קען מיך מסביר זיין ןואס די העק איז ראנג מיט אונזער סיסטעם??? פארוואס ווען די בחור וואס איז דריי יאר יונגער ווי מיך האט חתונה געהאט און ארויסגעגאנגען ארבעטן איז עס געווען א העכסט נארמאלע זאך, און א סימן פון א באזעסענע געסעטעלטע יונגערמאן וואס האט אן אחריות פון ברענגן פרנסה און שטוב, און ווען איך ביי די 21 טראכט נאר פון גיין א האלבע טאג ארבעטן זיך אויסצילערנען עפעס א פריקען פאך פאר'ן לעבן הייס איך א אויסווארף און א ליידיגייער וואס האלט נישט ביי גארנישט???

און אלע בהמות וואס האבן און זייער לעבן זיך נישט געקומערט פאר מיר, קומען אפיר ווי שוועמלעך נאך א רעגן און שרעקן מיך אן אז איך וועל אין מיין לעבן קיין נארמאל מיידל נישט טרעפן נאר פון די זיבורית שבזיבורית ???

פארוואס ??? פארוואס???

און אויב דעיס איז נישט גענוג, קומט נאך די גאנצע משפחה צילויפן אז איך האב נישט קיין רעכט חרוב צי מאכן די "נאמען" פון די משפחה אז זיי האבן א WORKING BOY און זייער "וואוילע" משפחה!!!!!
פארוואס ????פארוואס?????

פארוואס ווען איך טרעף מיך אן מיט א היימיש פנים און ביהמ"ד ברויך איך דורך גיין א גאנצע קרייץ פארהער ווי איך האב מיך נעכטען געדרייט/פארוואס איך בין יעצט דא/ווי איך גיי מיך מארגן דרייען, און ווער מיינע חברותות זענען במשך'ן טאג (ביזט דאך אזא חשוב'ע בחור איך גלייב אז דו האסט חברותות) וכו' וכו',
פארוואס ????פארוואס??????

און אזוי איז דא אן א שיעור זאכן וואס ס'איז נישט מער ווי פשוטע דיסקרימינעישין וואס א בחור ווי מיר גייט אריבער יעדן טאג צענדליגער מאל, און ער מעג אוודאי נישט ענטפערן יענעם א מנה אחת אפים צולים דעם וואס ער ברויך דאך האבן דרך ארץ פאר א עלטערע נאזי-באדי.

פארוואס? פלעין ווייל ער איז נישט אזוי מזל'דיג און ס'האט זיך אים נאכנישט אויסגעארבעט זיין שידוך.

ווען וועט שוין די וועלט איינזעהן אז ס'דא אזא זאך ווי א בחור און ס'דא אזא זאך ווי א יונגערמאן אן א ווייב???




אייםסארי פאר די מיספעלינגס איך האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר