עדה נאמן לרועו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

עדה נאמן לרועו

שליחה דורך מנחם ציון »

איך האב געהערט פון איינעם אז ס'איז פארהאן א פאסטוך אין ישראל, ערגעץ אין צפון, ביים ים הגדול געגנט, פארמאגט ער א שטיקל אחיזה. כולל א פארם, מיט עטליכע פרודוקציע בנינים ווי ער פאבריצירט זיינע פראדוקטן וואס די פארם געט ארויס. רוב דערפון אינוועסטירט ער צוריק אריין אין די פארם, עטליכע בנינים זענען אוועקגעשטעלט אויף צום פארדינגען צו אריינברענגען נאך איינקונפט, און אזוי לעבט ער זיך אפ רואיגערהייט.

די פארם האט ער נאך איבערגענומען פון זיין טאטן. זיין טאטע, -א האלאקאוסט איבערלעבער- האט געגרינדעט די פארם, אריינגעלייגט אסאך מיה און פלאג ביז ס'האט זיך צוביסלעך צובליעט אויף א שיינעם פארנעם, צוביסלעך האט די געגנט אויך זיך אויפגעבויעט אדאנק די פארם,
שפעטער ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער איבערגענומען, זיין ברודער, וועלכע וואוינט דאהי, האט שטארק געווייטאגט, ער האט געהאלטן אז מען האט זיך נישט גוט צוטיילט, זייט דעמאלטס זענען זיי עפעס נישט אזוי אין גוטן.

הקיצור, און די פארם איז לעצטנס פראלאמירט געווארן א רייע נייע געזעצן און רעגולאציעס, מאדנע ביז גאר, ס'איז נישט קלאר וואס גייט פאר מיטן פאסטוך, צו ער איז געגאנגן שיעף אדער סתם ער וויל זיך פאסמאקעווען אויף זיינע אומשולדיגע קיען און שאף, ער טענה'ט אז דאס קומט נאך וואס ס'איז מער נישט געבליבן קיין צוויי ברירות וויאזוי צו קאנטראלירן די סטאדעס, ער זאגט אז זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, ס'איז ממש ווי א מגיפה, און מ'מוז עס איינצוימען.
אלזא שטעלט ער ארויס פרישע רעגולאציעס, וואס מען מוז איינהאלטן אויפ'ן פארם, ער האט אויך אנגעזאגט זיין סטעף זיי זאלן דאס גאר שטרענג אינפארסירן.

פאלגענד זענען א טייל פון די נייע רעגולאציעס:


די מיטל-אינגערע ציגן מוזן גיין מיט גלאטע וואל אויף שבת און יו"ט. פארקניפטע וואל און געפלעקלטע וואל וועט נישט טאלערירט ווערן!

,
די אלע בעלי חיים, קיען, שעף, ציגן, באקן, וכדו', וואס האבן ארום די אויגן אזאנע האר וואס זעהט אויס ווי גלעזער, מוז דאס זיין נאר איידעלע סארט מוסטער. נישט צו שווארץ, נישט צו רינדיג, נאר אזויווי א גאנצע ראם ארום די אויגן אדער א האלבע ראם, אן א ראם אין גענצליך פארבאטן!

לייצעס מוזן ווערן אנגעטוען פון לינקס אויף רעכטס. נישט פארקערט חלילה!

זאטלען וועלכע ווערן באנוצט אויפ'ן פארם זאל זיין פון וואל דייקא. נישט קאטן אדער אנדערע מאטריאל!

די קלאען זאלן זיין געשפאלטן כהלכה, סיי וואסערע אנדערע סארט, שפיציגע צו ספארטי וכדו', איז שטרענג פארבאטן!

די צייט צו מסדר זיין די אלע נייע געזעצן איז ביז עטליכע וואכן אום י"ט טבת. ווער ס'האט שוועריקייטן וועט דאס פארלענגערט ווערן ביז קומענדיגע זוממער, אבער דאן וועט עס שטרענג אינפארסירט ווערן דורך די סטעף און איינגעשטעלטע.
ווער ס'וועט נישט אויספאלגן, וועט מוזן פארלאזן די פארם!


און צום לעצט האט דער פאסטוך אויסגעפירט, "ס'איז א גרויסע בושה אז מען דארף די אלע זאכן איינפירן, אבער היות די נישט גוטע שטארקן זיך זייער לעצטנס, איז די איינציגע וועג צו בייקומען די נישט גוטע איז מיט'ן איינפירן דיזע ענינים. און ווער ס'וויל בלייבן אויפ'ן פארם, זאל זיך צושטעלן צו די קאפריזן פון דער רועה נאמן לעדתו (?!?)

בייגעלייגט איז א קאפיע פון די דעקלעראציע
Capture.PNG

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר